AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 12
◄ Genesis 11
Genesis 12
בְּרֵאשִׁית 12
Genesis 13 ►
לֶך-לְךֳ

1און ה׳ האָט געזאָגט צו אַבֿרמען: גײ דיר אַװעק פֿון דײַן לאַנד, און פֿון דײַן אָפּשטאַם, און פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, צו דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װײַזן.[1] 2און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק, און איך װעל דיך בענטשן, און גרײסן דײַן נאָמען, און דו זאָלסט זײַן אַ ברכה. 3און איך װעל בענטשן די װאָס בענטשן דיך, און דעם װאָס פֿלוכט דיך װעל איך פֿאַרשילטן; און מיט דיר װעלן זיך בענטשן אַלע משפּחות פֿון דער ערד[2].

4און אַבֿרם איז געגאַנגען אַזױ װי ה׳ האָט צו אים גערעדט; און לוֹט איז מיטגעגאַנגען מיט אים. און אַבֿרם איז געװען אַ מאַן פֿון פֿינף און זיבעציק יאָר בײַ זײַן אַרױסגײן פֿון חָרָן. 5און אַבֿרם האָט גענומען זײַן װײַב שָׂרַין, און זײַן ברודערס זון לוֹטן, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן, און די נפֿשות װאָס זײ האָבן זיך אָנגעשאַפֿט אין חָרָן, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן; און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן. 6און אַבֿרם איז דורכגעגאַנגען דורכן לאַנד ביז דעם אָרט פֿון שכֶם, ביז דעם אײכנבױם מוֹרֶה. און דער כּנַעֲני איז דענצמאָל געװען אין לאַנד.

7און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אַבֿרמען, און האָט געזאָגט: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳ װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים[3].

8און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן צום באַרג, אין מזרח פֿון בֵית-אֵל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט מיט בֵית-אֵל פֿון מערבֿ, און עַי פֿון מזרח; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.[4]

9און אַבֿרם האָט געצױגן, ציענדיק אַלץ װײַטער צו דָרום.

10איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, און אַבֿרם האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, זיך דאָרטן אױפֿצוהאַלטן, װאָרעם דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 11און עס איז געװען, װי ער איז געקומען נאָנט צו מִצרַיִם, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן װײַב שָׂרַין: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דו ביסט אַ פֿרױ פֿון אַ שײנעם אױסזען. 12איז, װי די מִצרַיִם װעלן דיך זען, אַזױ װעלן זײ זאָגן: דאָס איז זײַן װײַב; און זײ װעלן מיך הרגען, און דיך װעלן זײ לאָזן לעבן. 13זאָג, איך בעט דיך, דו ביסט מײַנע אַ שװעסטער, כּדי מיר זאָל גוט זײַן פֿון דײַנעטװעגן, און מײַן נפֿש זאָל בלײַבן לעבן צוליב דיר.

14און עס איז געװען, װי אַבֿרם איז געקומען קײן מִצרַיִם, אַזױ האָבן די מִצרַיִם געזען די פֿרױ, אַז זי איז זײער שײן. 15און די האַרן פֿון פַּרעהן האָבן זי געזען, און האָבן זי פֿאַרלױבט פֿאַר פַּרעהן, און די פֿרױ איז צוגענומען געװאָרן אין פַּרעהס הױז. 16און אַבֿרמען האָט ער באַגיטיקט פֿון אירעטװעגן; און ער האָט געקריגן שאָף, און רינדער, און אײזלען, און קנעכט, און דינסטן, און אײזעלינס, און קעמלען.

17האָט ה׳ געפּלאָגט פַּרעהן און זײַן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן פֿון װעגן שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב. 18און פַּרעה האָט גערופֿן אַבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו מיר נישט געזאָגט אַז זי איז דײַן װײַב? 19למאַי האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער, און איך האָב זי גענומען פֿאַר אַ װײַב? און אַצונד, אָט איז דײַן װײַב, נעם און גײ.

20און פַּרעה האָט באַפֿױלן װעגן אים מענטשן, און זײ האָבן אַרױסבאַלײט אים, און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteGalatians 3 →

1אומפארשטאנדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים? 2בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? 3אזוי אומפארשטענדיק זענט איר? אנהויבנדיק מיט דעם גייסט, לאזט איר איצט אויס מיט דעם פלייש? 4אזויפיל האט איר געליטן אומזיסט? אויב עס איז ווירקלעך אומזיסט. 5און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן? 6פונקט אזוי ווי אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים צוגערעכנט געווארן פאר גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) 7דעריבער זאלט איר וויסן זיין, אז די, וועלכע זענען פון אמונה, זענען בני אברהם. 8און ווייל דער פסוק האט פארויסגעזען, אז ה׳ וועט גערעכטפערטיקן די אומות (העולם) דורך אמונה, האט ער פארויס אנגעזאגט די בשורה צו אברהמען:

אין דיר וועלן געבענטשט ווערן אלע פעלקער.
(בראשית יח, יח; יב, ג.)

9אזוי ארום ווערן די, וואס זענען פון אמונה, געבענטשט צוזאמען מיט אברהמען דעם מאמין. 10ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן:

פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן.
(דברים כז, כו.)

11נאר אז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ ווערט קיינער נישט גערעכטפערטיקט פאר ה׳ איז באשיימפערלעך קלאר; ווייל;

דער צדיק וועט דורך אמונה לעבן.
(חבקוק ב, ד.)

12די (מחמיר חומרא) געזעץ אבער איז נישט פון אמונה; נאר: ווער עס טוט זיי, דער וועט דורך זיי לעבן. (ויקרא יח, ה.) 13משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן;

פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים;
(דברים כא, כג.)

14כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.

15ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו). 16און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח. 17איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן. 18ווארום אויב די ירושה איז דורך דער געזעץ, איז זי מער נישט דורך דער הבטחה; ה׳ אבער האט זי אברהמען געשענקט דורך א הבטחה. 19וואס זשע איז די געזעץ? זי איז צוגעלייגט געווארן צוליב די זינד, ביז דער זאמען וועט קומען, אויף וועמען די הבטחה באציט זיך; זי (די געזעץ) איז פארארדנט געווארן דורך מלאכים אין דער האנט פון א פארמיטלער. 20דער פארמיטלער אבער איז נישט פון איינעם; ה׳ אבער איז איינער. 21צי איז דען דעריבער די געזעץ קעגן די הבטחות פון ה׳? חס ושלום! ווארום וואלט א געזעץ געגעבן געווארן, וועלכע וואלט געווען בכוח לעבעדיק צו מאכן, וואלט באמת די גערעכטיקייט געווען פון געזעץ. 22דער פסוק האט אבער אלעמען איינגעשלאסן אונטער דער זינד, כדי די הבטחה דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן זאל געגעבן ווערן צו די, וועלכע גלויבן. (תהלים יד, א-ג.)

23פריער אבער, איידער די אמונה איז געקומען, זענען מיר געווען אונטער דער וואך פון דער געזעץ, איינגעשלאסן פאר דער אמונה, וואס האט געזאלט אנטפלעקט ווערן. 24אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה. 25און אז די אמונה איז שוין געקומען, זענען מיר מער נישט אונטער א דערציער. 26ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן. 27ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן. 28עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע. 29און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 11Genesis 13 ►