1און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר, כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, 2האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט ברַע דעם מלך פֿון סדוֹם, און מיט ברשַע דעם מלך פֿון עַמוֹרָה, שִנאָב דעם מלך פֿון אַדמָה, און שֶמאבֿר דעם מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דעם מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר. 3די אַלע האָבן זיך פֿאַראײניקט אין טאָל שִׂדים, דאָס איז דער יַם-הַמֶלַח. 4צװעלף יאָר האָבן זײ געדינט כּדָרלעומֶרן, און אױפֿן דרײַצנטן יאָר האָבן זײ װידערשפּעניקט. 5און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם, 6און די חוֹרים אױף זײער באַרג שֵׂעִיר, ביז אֵיל-פּאָרָן װאָס בײַם מדבר. 7און זײ האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען קײן עֵין-מִשפָּט, דאָס איז קָדֵש, און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון עַמָלֵק, און אױך דעם אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חַצְצוֹן-תָּמָר. 8איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדוֹם, און דער מלך פֿון עַמוֹרָה, און דער מלך פֿון אַדמָה, און דער מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דער מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל שִׂדים – 9מיט כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, און אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, און אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף. 10און דער טאָל שִׂדים איז געװען גריבער אױף גריבער מיט פּעך, און װי די מלכים פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַהין אַרײַנגעפֿאַלן; און די איבערגעבליבענע זײַנען אַנטלאָפֿן צום באַרג. 11און יענע האָבן צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און דאָס גאַנצע עסנװאַרג זײערס, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 12און זײ האָבן צוגענומען לוֹט, דעם זון פֿון אַבֿרמס ברודער, װאָס איז געזעסן אין סדוֹם, און זײַן פֿאַרמעג, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 13איז געקומען אַן אַנטרונענער, און האָט אָנגעזאָגט אַבֿרם דעם עִבֿרי; און ער האָט געװױנט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא דעם אֶמוֹרי, דעם ברודער פֿון אֶשכּוֹלן, און דעם ברודער פֿון עָנֵרן; און זײ זײַנען געװען בונדסלײַט פֿון אַבֿרמען. 14און װי אַבֿרם האָט געהערט אַז זײַן אײגענער איז געפֿאַנגען געװאָרן, אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט זײַנע אײַנגעלערנטע, געבאָרענע אין זײַן הױז, דרײַ הונדערט און אַכצן, און ער האָט נאָכגעיאָגט ביז דָן. 15און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ בײַ נאַכט, ער און זײַנע קנעכט, און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון דַמֶשֶׂק. 16און ער האָט צוריקגעבראַכט דעם גאַנצן פֿאַרמעג, און אױך לוֹט זײַן אײגענעם און זײַן פֿאַרמעג האָט ער צוריקגעבראַכט, און אױך די װײַבער, און דאָס פֿאָלק.
17איז דער מלך פֿון סדוֹם אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, נאָכדעם װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּדָרלעומֶרן, און די מלכים װאָס מיט אים, אין טאָל שָוֵה, דאָס איז דעם מלכס טאָל. 18און מַלכּי-צֶדֶק דער מלך פֿון שָלֵם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װײַן; און ער איז געװען אַ כּהן צו אֵל עליון.[1] 19און ער האָט אים געבענטשט, און האָט געזאָגט:
– און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון אַלצדינג.
21און דער מלך פֿון סדוֹם האָט געזאָגט צו אַבֿרמען: גיב מיר די נפֿשות, און דעם פֿאַרמעג נעם דיר. 22האָט אַבֿרם געזאָגט צו דעם מלך פֿון סדוֹם: איך הײב אױף מײַן האַנט צו ה׳ אֵל עליון, דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד, 23אױב אַ פֿאָדעם אָדער אַ שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז דײַנס! כּדי זאָלסט נישט זאָגן: איך האָב רײַך געמאַכט אַבֿרמען. 24נישט מיר! נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן, און דעם חלק פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט מיר, עָנֵר, אֶשכּוֹל, און מַמרֵא; זײ מעגן נעמען זײער חלק.
1ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטער, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט, 2צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.) 3אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק.
4נו, באטראכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאזיקער מענטש, צו וועמען אברהם אבינו האט געגעבן מעשר פון דעם מלחמה-געווינסט. 5און די, פון די בני לוי, וואס האבן באקומען די כהונה, האבן א מצווה פון דער תורה, צו נעמען מעשר פון פאלק, דאס הייסט זייערע ברידער, הגם זיי קומען ארויס פון אברהמס לענדן; 6אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות. 7און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן. 8און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט. 9און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר; 10ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען.
11דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן? 12ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה. 13ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח. 14ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים. 15און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק, 16וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן; 17ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים:
18ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט. 19ווארום די תורה האט קיין זאך נישט שלמותדיק געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפענונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳. 20און היות ער איז עס נישט געווארן אָן א שבועה, ווארום זיי טאקע זענען געווארן כהנים אָן א שבועה, 21אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט:
22אזוי איז יהושע/ישוע געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד. 23און יענע אבער זענען געווארן מערצאליקע כהנים צוליב דעם, וואס דער טויט האט זיי געשטערט צו בלייבן; 24אבער ער, צוליב דעם וואס ער בלייבט אויף אייביק, האט א כהונה אומפארענדערלעך. 25פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.
26ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען; 27וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין. 28ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק.