1און עס איז געװען נאָך דעם, זײַנען געקומען די קינדער פֿון מוֹאָבֿ, און די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט זײ פֿון די עַמוֹנים, אַקעגן יהוֹשָפֿטן אױף מלחמה. 2איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: אױף דיר קומט אַ גרױסער המוֹן פֿון יענער זײַט ים, פֿון אַרָם, און זע, זײ זײַנען אין חַצְצוֹן-תָּמָר, דאָס איז עֵין-גֶדי. 3האָט יהוֹשָפֿט מורא געקריגן, און ער האָט געקערט זײַן פּנים צו זוכן ה׳, און ער האָט אױסגערופֿן אַ תָּענית איבער גאַנץ יהוּדה. 4און יהוּדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צו בעטן בײַ ה׳; יאָ, פֿון אַלע שטעט פֿון יהוּדה איז מען געקומען צו זוכן ה׳. 5און יהוֹשָפֿט האָט זיך געשטעלט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם, אין הױז פֿון ה׳, פֿאַר דעם נײַען הױף, 6און ער האָט געזאָגט: ה׳ דו אלוקי אונדזערע עלטערן, דו ביסט דאָך אלֹקים אין הימל, און דו געװעלטיקסט איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די פֿעלקער, און אין דײַן האַנט איז כּוֹח און גבֿורה, און אַקעגן דיר איז זיך נישט צו שטעלן. 7דו אלוקינו, האָסט דאָך פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און האָסט עס אַװעקגעגעבן צו דעם זאָמען פֿון אבֿרהם דײַן ליבהאָבער, אױף אײביק. 8און זײ זײַנען געזעסן דרינען, און האָבן דיר געבױט דרינען אַ מִקדָש צו דײַן נאָמען, אַזױ צו זאָגן: 9אַז עס װעט קומען אױף אונדז אַן אומגליק, אַ שװערד, אַ משפּט, אָדער אַ מגפֿה, אָדער אַ הונגער, װעלן מיר זיך שטעלן פֿאַר דעם דאָזיקן הױז און פֿאַר דיר – װאָרעם דײַן נאָמען איז אין דעם דאָזיקן הױז – און מיר װעלן שרײַען צו דיר אין אונדזער נױט, און דו װעסט צוהערן און װעסט העלפֿן. 10און אַצונד, אָט זײַנען די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס דו האָסט נישט געלאָזט יִשׂרָאֵל אַרײַנגײן צו זײ, װען זײ זײַנען געקומען פֿון לאַנד מִצרַיִם, נײַערט זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון זײ, און האָבן זײ נישט פֿאַרטיליקט. 11און אָט פֿאַרגעלטן זײ אונדז, צו קומען אונדז פֿאַרטרײַבן פֿון דײַן אַרב װאָס דו האָסט אונדז געמאַכט אַרבן. 12אלוקינו, װילסטו נישט טאָן אַ משפּט אױף זײ? װאָרעם אין אונדז איז נישטאָ קײן כּוֹח אַקעגן דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן װאָס קומט אױף אונדז, און מיר װײסן נישט װאָס מיר זאָלן טאָן, נײַערט אױף דיר זײַנען אונדזערע אױגן.
13און גאַנץ יהוּדה זײַנען געשטאַנען פֿאַר ה׳; אױך זײערע קלײנע קינדער און זײערע װײַבער און זײערע זין.
14איז אױף יַחזיאֵל דעם זון פֿון זכַריָהו, דעם זון פֿון בנָיָה, דעם זון פֿון יעִיאֵל, דעם זון פֿון מַתַּניָה דעם לֵוִי, פֿון די קינדער פֿון אָסָף, געװען דער גײַסט פֿון ה׳, אין מיטן פֿון דער אײַנזאַמלונג. 15און ער האָט געזאָגט: פֿאַרנעמט, גאַנץ יהוּדה, און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און מלך יהוֹשָפֿט: אַזױ האָט ה׳ צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן פֿאַר דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן, װאָרעם נישט אײַער מלחמה איז דאָס נאָר ג-טס. 16מאָרגן נידערט אַראָפּ אױף זײ; זעט, זײ גײען אַרױף מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿון ציץ, און איר װעט זײ טרעפֿן אין עק טאָל, פֿאַר דעם מדבר פֿון ירואֵל. 17נישט איר װעט דאָס מאָל דאַרפֿן מלחמה האַלטן; שטעלט אײַך אױס, שטײט, און זעט די ישועה פֿון ה׳ מיט אײַך, יהוּדה און ירושָלַיִם; איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, מאָרגן גײט אַרױס אַקעגן זײ, און ה׳ װעט זײַן מיט אײַך.
18האָט יהוֹשָפֿט זיך גענײגט מיטן פּנים צו דער ערד, און גאַנץ יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם זײַנען געפֿאַלן פֿאַר ה׳, זיך צו בוקן צו ה׳. 19און די לוִיִים פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, און פֿון די קינדער פֿון די קָרחים, זײַנען אױפֿגעשטאַנען צו לױבן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױף אַ גאָר הױכן קֹול.
20און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר פֿון תּקוֹעַ; און בײַ זײער אַרױסגײן האָט יהוֹשָפֿט זיך געשטעלט, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יהוּדה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: גלױבט[1] אין ה׳ אלוקיכם, און איר װעט אָנהאַלטן, גלױבט[2] אין זײַנע נבֿיאים, און איר װעט באַגליקן.
21און ער האָט געהאַלטן אַן עצה מיטן פֿאָלק; און ער האָט געשטעלט זינגער צו ה׳ װאָס זאָלן געבן אַ לױב אין הײליקער שײנקײט, בײַם אַרױסגײן פֿאַר די באַװאָפֿנטע, און זאָגן: גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד. 22און אין דער צײַט װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן אַ געזאַנג און אַ לױב, האָט ה׳ געשטעלט לױערער אױף די קינדער פֿון עַמוֹן, מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס זײַנען געקומען קײן יהוּדה; און זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן.
23װאָרעם די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָבֿ האָבן זיך געשטעלט אַקעגן די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, צו פֿאַרװיסטן און צו פֿאַרטיליקן; און װי זײ האָבן פֿאַרלענדט די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, האָבן זײ געהאָלפֿן אומצוברענגען אײנער דעם אַנדערן.
24און יהוּדה איז געקומען צו דעם װאַכטורעם אין דער מדבר, און זײ האָבן זיך אומגעקוקט אױף דעם המוֹן ערשט זײ ליגן פּגרים אױף דער ערד, און קײנער איז נישט אַנטרונען געװאָרן. 25און יהוֹשָפֿט און זײַן פֿאָלק זײַנען געקומען צו רױבן זײער זאַקרױב, און זײ האָבן געפֿונען בײַ זײ אַ סך אי פֿאַרמעג אי פּגרים מיט טײַערע זאַכן, און זײ האָבן צוגענומען פֿאַר זיך, ביז זײ האָבן מער נישט געקענט טראָגן; און זײ האָבן געהאַלטן אין רױבן דרײַ טעג דעם זאַקרױב, װאָרעם ער איז געװען פֿיל. 26און אױפֿן פֿירטן טאָג האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין טאָל ברָכָה, װאָרעם דאָרטן האָבן זײ געמאַכט אַ ברכה צו ה׳; דערום רופֿט מען דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט דער טאָל ברָכָה ביז אױף הײַנט. 27און אַלע מענער פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם און יהוֹשָפֿט זײ פֿאַרױס האָבן זיך אומגעקערט צוריקצוגײן קײן ירושָלַיִם מיט פֿרײד, װאָרעם ה׳ האָט זײ דערפֿרײט איבער זײערע פֿײַנט. 28און זײ זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן און מיט טרומײטן צום הױז פֿון ה׳. 29און אַ פַּחד פֿון אלֹקים איז געװען אױף די מלוכות פֿון די לענדער, װען זײ האָבן געהערט אַז ה׳ האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פֿײַנט פֿון יִשׂרָאֵל. 30און יהוֹשָפֿטס מלוכה איז געװען רויִק װאָרעם זײַן ג-ט האָט אים באַרוט פֿון רונד אַרום.
31און יהוֹשָפֿט האָט געקיניגט איבער יהוּדה; פֿינף און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזוּבֿה די טאָכטער פֿון שִלחין.
32און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – און האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳. 33נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן, און דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ נישט געקערט זײער האַרץ צו דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.
34און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשָפֿטן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, װאָס איז אַרײַן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
35און נאָך דעם האָט יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחַזיָה דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס האָט געטאָן שלעכטס. 36און ער האָט אים צוגעחבֿרט צו זיך, צו מאַכן שיפֿן אױף צו גײן קײן תַּרְשִיש; און זײ האָבן געמאַכט שיפֿן אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר.
37האָט אֶליעֶזֶר דער זון פֿון דוֹדָוָהון פֿון מָרֵשָה נבֿיאות געזאָגט אױף יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחַזיָהון, װעט ה׳ צעברעכן דײַנע אַרבעט. און די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן, און זײ האָבן נישט געקענט גײן קײן תַּרְשִיש.