AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 45
◄ Psalms 44
Psalms 45
תְּהִלִּים 45
Psalms 46 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שוֹשַנים, פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ באַטראַכטונג, אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט.
2 עס ייִרט מײַן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט,
איך װעל פֿירזאָגן מײַנע לידער צום מלך;
מײַן צונג איז די פּען
פֿון אַ שרײַבער אַ פֿלינקן.
3 ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער,
חן איז אױסגעגאָסן אױף דײַנע ליפּן,
װײַל אלֹקים האָט דיך געבענטשט אױף אײביק.
4 גורט אָן דײַן שװערד אױפֿן לענד, דו גיבור,
דײַן גלאַנץ און דײַן פּראַכט.
5 און אין דײַן פּראַכט באַגליק, רײַט אַרױס,
פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט,
און זאָל דיר דײַן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװײַזן.
6 דײַנע פֿײַלן געשאַרפֿטע –
פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר –
אין האַרצן פֿון מלכס פֿײַנט!
7 דײַן טראָן, אָ אלֹקים,
איז אױף אײביק און שטענדיק,
אַ צעפּטער פֿון יושר
איז דער צעפּטער פֿון דײַן מלוכה.
8 האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט, און פֿײַנט געהאַט אומרעכט,
דערום האָט דיך אלֹקים, דײַן ג-ט, געזאַלבט
מיט אײל פֿון פֿרײד, איבער דײַנע חבֿרים.
9 מירע און אַלאָען, קאַנײלן זײַנען אַלע דײַנע קלײדער,
פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס.
10 טעכטער פֿון מלכים זײַנען צװישן דײַנע געליבטע,
דיר צו רעכטס שטײט
די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר.
11 הער, טאָכטער, און זע, און נײַג צו דײַן אױער,
און פֿאַרגעס דײַן פֿאָלק, און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער,
12 און דער מלך װעט גלוסטן דײַן שײנקײט;
װאָרעם ער איז דײַן האַר, דערום בוק זיך צו אים.
13 און, טאָכטער פֿון צוֹר, די רײַכסטע פֿון פֿאָלק
װעלן בעטן דײַן לײַטזעליקײט מיט מִנְחָה.
14 לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ,
פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש.
15 אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט;
הינטער איר יונגפֿרױען, חבֿרטעס אירע, װערן דיר געבראַכט.
16 זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט,
זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.
17 אַנשטאָט דײַנע פֿאָטערס װעלן זײַן דײַנע זין;
װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד.
18 איך װעל מאַכן דערמאָנען דײַן נאָמען אױף אַלע דור-דורות,
דערום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.
Brit Chadasha FootnoteRevelation 19 →

1נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט; 2ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט. 3און א צווייטמאל האבן זיי געזאגט: הללויה! און דער רויך אירער שטייגט ארויף לעלמי עולמים! 4און די פיר און צוואנציק זקנים זענען אנידערגעפאלן און די פיר חיות האבן זיך געבוקט צו ה׳, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און האבן געזאגט: אמן! הללויה! 5און עס איז ארויסגעגאנגען א קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: לויבט אונדזער ג‑ט, אלע זיינע קנעכט, איר, וועלכע האבן מורא פאר אים, די קליינע און די גרויסע. 6און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך! 7לאמיר זיך משמח זיין און פרייען, און אים אפגעבן כבוד; ווייל עס איז געקומען די סעודות נישואין פון דעם לעמעלע, און זיין ווייב האט זיך צוגעגרייט. 8און עס איז איר געגעבן געווארן, זיך אנצוקליידן אין פיינער לייוונט, ליכטיק און לויטער; ווארום די פיינע לייוונט איז די צדקות פון די קדושים. 9און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳. 10און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.

11און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה. 12און זיינע אויגן זענען ווי א פלאם פייער, און אויף דעם קאפ זיינעם האט ער א סך קרוינען; און א נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער קען נישט אחוץ ער אליין. 13און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט). 14און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס. 15און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן. 16און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.

17און איך האב געזען א מלאך שטיין אין דער זון, און ער האט געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן צו אלע פייגל, וואס פליען אינמיטן הימל: קומט, זאמלט אייך איין צו ה׳ס גרויסער סעודה; 18כדי איר זאלט עסן דאס פלייש פון מלכים און דאס פלייש פון הויפטלייט און דאס פלייש פון גיבורים און דאס פלייש פון פערד און פון זייערע רייטער, און דאס פלייש פון אלע פרייע (מענטשן) און פון קנעכט, פון קליין און פון גרויס!

19און איך האב געזען די חיה, און די מלכים פון דער ערד און זייערע חיילות, פארזאמלט צו פירן מלחמה מיט דעם רייטער אויף דעם פערד און מיט זיינע הערשארן. 20און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל; 21און די איבריקע זענען געטייט געווארן מיט דער שווערד, וואס גייט ארויס פון דעם מויל פון דעם רייטער אויפן פערד; און אלע פייגל זענען זאט געווארן פון זייער פלייש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 44Psalms 46 ►