AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Song of Songs 5
◄ Song of Songs 4
Song of Songs 5
שִיר הַשִירִים 5
Song of Songs 6 ►
1איך בין געקומען אין מײַן גאָרטן, שװעסטער מײַן כּלה,
געקליבן מײַן מירע מיט מײַנע בשׂמים;
געגעסן מײַן סאָט מיט מײַן האָניק,
געטרונקען מײַן װײַן מיט מײַן מילך.
עסט, חבֿרים, טרינקט און באַרױשט אײַך מיט ליבשאַפֿט.
2איך שלאָף און מײַן האַרץ איז אױף;
האָרך! מײַן געליבטער קלאַפּט;
עפֿן מיר, מײַן שװעסטער, מײַן געליבטע,
מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע,
װאָרעם מײַן קאָפּ איז פֿול מיט טױ,
מײַנע לאָקן מיט טראָפּנס פֿון נאַכט.
3איך האָב אױסגעטאָן מײַן מאַנטל,
װי קען איך עס אָנטאָן?
איך האָב געװאַשן מײַנע פֿיס,
װי קען איך זײ אײַנריכטן?
4האָט מײַן געליבטער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט דורכן טירלאָך,
און מײַנע אינגעװײד האָבן געברומט צו אים.
5בין איך אױפֿגעשטאַנען עפֿענען מײַן געליבטן,
און מײַנע הענט האָבן מירע געטריפֿט,
און מײַנע פֿינגער פֿליסיקע מירע
אױף די הענטלעך פֿון ריגל.
6איך האָב געעפֿנט מײַן געליבטן,
אָבער מײַן געליבטער איז פֿאַרשװוּנדן,
אַװעק – מײַן זעל איז אױסגעגאַנגען – װען ער האָט גערעדט צו מיר –
איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען,
איך האָב אים גערופֿן, און ער האָט מיר נישט געענטפֿערט.
7האָבן מיך געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט,
האָבן זײ מיך געשלאָגן, האָבן זײ מיך פֿאַרװוּנדט;
אַראָפּגענומען מײַן מאַנטל פֿון מיר האָבן די װעכטער פֿון די מױערן.
8איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,
אַז איר װעט געפֿינען מײַן געליבטן,
װאָס איר זאָלט אים זאָגן:
אַז קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך.
9װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער,
דו שענסטע פֿון פֿרױען?
װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער,
װאָס דו האָסט אַזױ אונדז באַשװאָרן?
10מײַן געליבטער איז קלאָר און גערױטלט,
די פֿאָן פֿון צען טױזנט.
11זײַן קאָפּ איז פֿײַן גינגאָלד,
זײַנע לאָקן געקרײַזלט, שװאַרץ װי דער ראָב.
12זײַנע אױגן װי טױבן בײַ בעכן פֿון װאַסער;
געבאָדן אין מילך, אײַנגעזעצט אין פֿולן.
13זײַנע באַקן װי אַ בײט בשׂמים,
װי טורעמלעך געװירצן;
זײַנע ליפּן ליליען
װאָס טריפֿן פֿליסיקע מירע.
14די הענט זײַנע גילדערנע װאַלצן מיט גאָלדשטײן באַזעצט;
זײַן לײַב אַ שטיק עלפֿנבײן מיט סאַפּירן באַדעקט.
15זײַנע שענקלען מירמלזײַלן געגרונטפֿעסט
אױף שװעלן פֿון גינגאָלד;
זײַן אָנבליק װי דער לבֿנוֹן,
אױסדערװײלט װי די צעדערן.
16זײַן גומען איז זיסקײט,
און ער אין גאַנצן אַ גלוסטיקײט.
דאָס איז מײַן געליבטער, און דאָס איז מײַן חבֿר,
טעכטער פֿון ירושָלַיִם.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Song of Songs 4Song of Songs 6 ►