1אױף מײַן געלעגער בײַ נאַכט
האָב איך געזוכט דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב;
איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.
2לאָמיך אױפֿשטײן און אַרומגײן אין שטאָט,
אין די מערק און אין די גאַסן,
לאָמיך זוכן דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב.
איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.
3האָבן מיר געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט:
דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב צי האָט איר געזען?
4קױם בין איך אַװעק פֿון זײ,
באַלד האָב איך געפֿונען, דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב;
האָב איך אים אָנגענומען און האָב אים נישט אָפּגעלאָזט,
ביז איך האָב אים געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער,
און אין קאַמער פֿון מײַן געװינערין.
5איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,
בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד,
אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט,
ביז זי װעט באַגערן.
6װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר,
אַזױ װי זײַלן פֿון רױך,
באַרײכערט מיט מירע און װײַרעך,
מיט אַלערלײ װירצשטױב פֿון קרעמער?
7אָט איז דאָס אַפּריוֹן פֿון שלמהן,
זעכציק גיבוֹרים אַרום איר,
פֿון די גיבוֹרים פֿון יִשׂרָאֵל;
8אַלע באַגורט מיט אַ שװערד,
געניט אין מלחמה;
איטלעך זײַן שװערד אױף זײַן דיך,
פֿון װעגן דער אַנגסט אין די נעכט.
9אַן אַפּריוֹן האָט זיך מלך שלמה געמאַכט
פֿון האָלצן פֿון לבֿנוֹן;
10אירע זײַלן האָט ער פֿון זילבער געמאַכט,
איר אָנלען פֿון גאָלד,
איר אױסבעט פֿון פּורפּל;
אינעװײניק געפֿלאַסטערט מיט ליבשאַפֿט
פֿון די טעכטער פֿון ירושָלַיִם.
11גײט אַרױס, טעכטער פֿון צִיוֹן,
און קוקט אָן מלך שלמה,
אין דער קרױן װאָס זײַן מוטער האָט אים באַקרײנט,
אין טאָג פֿון זײַן חתונה,
און אין טאָג פֿון זײַן האַרצנפֿרײד.