AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 2
◄ Jeremiah 1
Jeremiah 2
יִרְמְיָה 2
Jeremiah 3 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

2גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון דײַן יוגנט,
די ליבשאַפֿט פֿון דײַן כּלה-צײַט;
דײַן גײן נאָך מיר אין דער מדבר,
אין אַ לאַנד נישט געזײט.
3הײליק בײַ ה׳ איז יִשׂרָאֵל,
דאָס ערשטע פֿון זײַן תּבֿואה;
אַלע זײַנע פֿאַרצערער װעלן שולדיק זײַן;
אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ,
זאָגט ה׳.

4הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר הױז פֿון יעקבֿ, און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל; 5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

װאָס האָבן אײַערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען,
װאָס זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר,
און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן?
6און זײ האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳
װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם,
װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר,
דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער,
דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן,
דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז נישט דורכגעגאַנגען דערין,
און קײן מוטערמענטש האָט נישט געװױנט דאָרטן?
7און איך האָב אײַך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד,
צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס;
אָבער איר זײַט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מײַן לאַנד,
און האָסט געמאַכט מײַן נחלה פֿאַר אַן אומװערדיקײט.
8די כּהנים האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳?
און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּורה האָבן מיך נישט געקענט,
און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר,
און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בַעַל,
און נאָך די װאָס נוצן נישט, זײַנען זײ געגאַנגען.
9דערום װעל איך נאָך קריגן מיט אײַך,
זאָגט ה׳,
און מיט אײַערע קינדס-קינדער װעל קריגן.
10װאָרעם פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די כִּתּים, און זעט,
און קײן קֵדָר שיקט, און קוקט זיך גוט צו,
און זעט אױב אַזױנס איז געשען.
11האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן זײַנע ג‑טער?
װאָס זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט;
און מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן זײַן כּבֿוד
אױף װאָס נוצט נישט.
12גרױלט איר הימלען איבער דעם,
און שױדערט, װערט באַנומען ביז גאָר,
זאָגט ה׳.
13װאָרעם אַ צװײַעדיק בײז האָט געטאָן מײַן פֿאָלק:
זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער,
זיך צו האַקן ברונעמער, צעבראָכענע ברונעמער,
װאָס קענען דאָס װאַסער נישט האַלטן.
14איז אַ קנעכט יִשׂרָאֵל?
צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער?
פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן?
15אױף אים ברילן די יונגלײבן, זײ לאָזן אַרױס זײער קֹול,
און זײ האָבן געמאַכט זײַן לאַנד צו װיסט;
זײַנע שטעט זענען פֿאַרװיסט געװאָרן, אָן אַ באַװױנער.
16אױך די זין פֿון נוֹף און תַּחְפַּנְחֵס
װעלן אױף דײַן שאַרבן צעבראָכן.
17פֿאַר װאָר, דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט
װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט,
בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט.
18און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן מִצרַיִם,
צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שיחוֹר?
און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אשור,
צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון טײַך?
19דײַן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען,
און דײַנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן;
און װײס און זע, אַז שלעכט איז און ביטער
װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט,
און מײַן מורא איז נישט אױף דיר,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת.
20װאָרעם פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן דײַן יאָך,
צעריסן דײַנע בינדשטריק,
און דו האָסט געזאָגט: איך װעל נישט דינען;
אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל,
און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם,
שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס.
21און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װײַנריטל,
לױטער ריכטיקן זאָמען;
און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן
אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װײַנשטאָק!
22װאָרעם, אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג,
און זאָלסט מערן אױף דיר זײף,
איז געפֿלעקט דײַן זינד פֿאַר מיר,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
23װי קענסטו זאָגן: איך האָב מיך נישט פֿאַראומרײניקט,
נאָך די בַעַל-געטער בין איך נישט געגאַנגען?
זע דײַן פֿירונג אין טאָל,
מערק װאָס דו האָסט געטאָן,
דו פֿלינקע קעמעלין, װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן;
24אַ װילדע אײזעלין צום מדבר געװױנט,
װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל;
פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן?
אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך נישט אײַנמיען,
אין איר חודש װעלן זײ זי געפֿינען.
25פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון באָרװעס זײַן,
און דײַן קעל פֿון דאָרשטיקײט;
אָבער דו האָסט געזאָגט: אומזיסט, נײן!
נײַערט פֿרעמדע האָב איך ליב,
און נאָך זײ װעל איך גײן.
26װי די שאַנד פֿון אַ גנבֿ אַז ער װערט געפֿונען,
אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן,
און זײערע כּהנים, און זײערע נבֿיאים.
27זײ זאָגן צו אַ האָלץ: ביסט מײַן פֿאָטער!
און צו אַ שטײן: דו האָסט אונדז געבאָרן!
װאָרעם זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר,
און נישט דעם פּנים;
נאָר אין צײַט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ:
שטײ אױף און העלף אונדז.
28און װוּ זײַנען דײַנע ג‑טער
װאָס דו האָסט דיר געמאַכט?
זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן
אין צײַט פֿון דײַן אומגליק;
װאָרעם אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט,
זײַנען דײַנע ג‑טער, יהוּדה.
29פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר?
איר אַלע האָט װידערגעשפּעניקן אָן מיר,
זאָגט ה׳.
30אומזיסט האָב איך געשלאָגן אײַערע קינדער,
זײ האָבן קײן מוסר[1] נישט גענומען;
אײַער שװערד האָט פֿאַרצערט אײַערע נבֿיאים,
װי אַ מערדערישער לײב.
31איר דור, זעט דאָס װאָרט פֿון ה׳:
בין איך דען געװען אַ מדבר צו יִשׂרָאֵל?
צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש?
פֿאַר װאָס זאָגט מײַן פֿאָלק: מיר װילן זיך אומטרײַבן,
מיר װעלן מער נישט קומען צו דיר?
32קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג,
אַ כּלה אירע שלײפֿן?
און מײַן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן
טעג אָן אַ צאָל.
33װי פֿאַרבעסערסטו דײַן װעג ליבשאַפֿט צו זוכן!
פֿאַר װאָר, אַפֿילו די ערגסטע
קענסטו דײַנע װעגן לערנען.
34אין דײַנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט
פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע –
נישט בײַ אַן אײַנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען;
אָבער בײַ אַלעם דעם
35זאָגסטו: פֿאַר װאָר, איך בין אומשולדיק,
זײַן צאָרן[2] האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר.
זע, איך משפּט זיך מיט דיר
פֿאַר דײַן זאָגן: איך האָב נישט געזינדיקט.
36װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך
צו בײַטן דײַן װעג!
װעסט אױך פֿון מִצרַיִם פֿאַרשעמט װערן,
װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אשור.
37אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן
מיט דײַנע הענט איבער דײַן קאָפּ,
װאָרעם ה׳ פֿאַראַכט[3] דײַנע בטחונות,
און װעסט מיט זײ נישט באַגליקן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 22 →

1ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך— 2און ווי זיי האבן דערהערט, אז ער רעדט צו זיי אויף לשון קודש, האבן זיי זיך נאך רואיקער פארהאלטן; און ער האט געזאגט— 3איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג. 4און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען. 5ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן. 6און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל. 7און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך? 8און איך האב געענטפערט: ווער ביסטו, האר? און ער האט צו מיר געזאגט: איך בין יהושע/ישוע פון נצרת, וועמען דו פארפאלגסט. 9און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט. 10און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן. 11אזויווי אבער איך האב נישט געקענט זען צוליב דעם גלאנץ פון יענעם ליכט, בין איך געקומען קיין דמשק, געפירט ביי דער האנט פון די, וואס זענען מיט מיר געווען. 12און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט, 13איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים. 14און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס. 15מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט. 16און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען. 17און עס איז געשען, בעת איך האב מיך אומגעקערט קיין ירושלים און האב תפילה געטאן אין בית המקדש, בין איך אריינגעפאלן אין א טראנס, 18און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר. 19און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר; 20און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט. 21און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.

22און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט! 23און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן, 24האט דער הויפטמאן באפוילן, ער זאל אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, און האט געהייסן, מען זאל אים אויספארשן מיט שמיץ, כדי זיך צו דערוויסן, צוליב וועלכער סיבה זיי האבן אזוי געשריגן קעגן אים. 25ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט? 26און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער! 27און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא. 28האט דער הויפטמאן געענטפערט: פאר א גרויסן פרייז האב איך מיר דערווארבן די דאזיקע בירגערשאפט. און פוילוס האט געזאגט: איך אבער בין געבוירן געווארן (א רוימער). 29און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.

30צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 1Jeremiah 3 ►