AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 5
◄ Isaiah 4
Isaiah 5
יְשַעְיָה 5
Isaiah 6 ►
1לאָמיך זינגען פֿון מײַן ליבן פֿרײַנט,
דאָס געזאַנג פֿון מײַן באַליבטן אױף זײַן װײַנגאָרטן.
אַ װײַנגאָרטן האָט מײַן ליבער פֿרײַנט געהאַט,
אױף אַ בערגל אַ פֿעטן.
2און ער האָט אים צעגראָבן און אים אױסגעשטײנט,
און אים באַפֿלאַנצט מיט טײַערן װײַנשטאָק,
און אױסגעבױט אַ טורעם אין אים,
און אױך אַ קעלטער אױסגעהאַקט דערין;
און ער האָט געהאָפֿט ער זאָל װײַנטרױבן ברענגען,
און ער האָט װילדטרױבן געבראַכט.
3און אַצונד, איר באַװױנער פֿון ירושָלַיִם,
און מענער פֿון יהוּדה,
משפּט, איך בעט אײַך, צװישן מיר און צװישן מײַן װײַנגאָרטן.
4װאָס נאָך איז געװען צו טאָן פֿאַר מײַן װײַנגאָרטן,
װאָס איך האָב אין אים נישט געטאָן?
פֿאַר װאָס, אַז איך האָב געהאָפֿט ער זאָל װײַנטרױבן ברענגען,
האָט ער װילדטרױבן געבראַכט?
5און אַצונד, לאָמיך אײַך לאָזן װיסן,
װאָס איך װעל טאָן צו מײַן װײַנגאָרטן:
אָפּטאָן זײַן צאַם,
און ער זאָל אָפּגעגעסן װערן;
צעברעכן זײַן פּלױט,
און ער זאָל צעטרעטן װערן.
6און איך װעל אים מאַכן אַ װיסטעניש;
נישט באַשניטן און נישט אַרומגעגראָבן װעט ער װערן,
און ער װעט פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס,
און אױך די װאָלקנס װעל איך באַפֿעלן,
נישט צו רעגענען אױף אים קײן רעגן.
7װאָרעם דער װײַנגאָרטן פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,
איז דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל;
און די מענער פֿון יהוּדה,
זײַן געצערטלטע פֿלאַנצונג;
און ער האָט געהאָפֿט אױף גערעכטיקײט,
ערשט עס איז שלעכטיקײט,
אױף צידקות, ערשט עס איז אַ יאָמערײַ.[1]
8װײ, די װאָס רוקן אַ הױז צו אַ הױז,
גענענען אַ פֿעלד צו אַ פֿעלד, ביז נישטאָ מער קײן אָרט,
און איר אַלײן בלײַבט זיצן אין לאַנד!
9אין מײַנע אױערן [זאָגט] ה׳ צבָֿאוֹת:
אױב פֿיל הײַזער װיסט װערן,
גרױסע און שײנע, אָן אַ באַװױנער!
10װאָרעם צען אַקער װײַנגאָרטן װעלן ברענגען אײן בַת,
און אַ חוֹמֶר זאָמען װעט ברענגען אַן אֵיפֿה.
11װײ, די װאָס פֿעדערן זיך אין דער פֿרי,
דעם טרונק נאָכצױאָגן, די װאָס שפּעטיקן זיך בײַ נאַכט,
ביז דער װײַן צינדט זײ אָן!
12און מיט האַרף און גיטאַר, מיט פּױק און פֿלײט,
און מיט װײַן, איז זײער מאָלצײַט;
און דאָס װערק פֿון ה׳ קוקן זײ נישט אָן,
און די טואונג פֿון זײַנע הענט זעען זײ נישט.
13דערום גײט אין גלות מײַן פֿאָלק,
פֿון נישט פֿאַרשטאַנדיקײט;
און זײַנע נכבדים װערן הונגערלײט,
און זײַן המון פֿון דאָרשט פֿאַרטריקנט.
14דערום האָט די שְׁאֹול אױסגעברײט איר שלונד,
און אױפֿגעשפּאַרט איר מױל אָן אַ מאָס:
און נידערן װעט איר פּראַכט,
און איר טומל און איר גערױש,
און װוּ אַ לוּסטיקער אין איר.
15און געבױגן װערט דער מענטש,
און דערנידערט װערט דער מאַן,
און די אױגן פֿון די הױכע װעלז דערנידערט װערן.
16און ה׳ צבָֿאוֹת װערט דערהײכט דורך גערעכטיקײט,
און הָאֵל דער הײליקער װערט געהײליקט דורך רעכטפֿאַרתיקײט.
17און די שאָף װעלן זיך פּאַשען װי אױף זײער פֿיטערפּלאַץ,
און די חורבֿות פֿון די רײַכע װעלן פֿאַרצערט װערן פֿון װאַנדערער.
18װײ, די װאָס שלעפּן דעם פֿאַרברעך מיט שנוּרן פֿון נישטיקײט,
און װי מיט אַ װאָגנשטריק די זינד!
19די װאָס זאָגן: זאָל ער אײַלן װאָס גיכער זײַן װערק,
כּדי מיר זאָלן זען;
און זאָל גענענען און קומען דער באַראָט פֿון דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,
און לאָמיר געװױר װערן.
20װײ, די װאָס זאָגן אױף שלעכטס גוּט,
און אױף גוּט שלעכט;
װאָס מאַכן פֿינצטערניש פֿאַר ליכטיקײט,
און ליכטיקײט פֿאַר פֿינצטערניש;
װאָס מאַכן ביטער פֿאַר זיס,
און זיס פֿאַר ביטער!
21װײ, די װאָס זײַנען חכמים אין זײערע אױגן,
און פֿאַרשטאַנדיק אין זײער אָנגעזיכט!
22װײ, די גיבוֹרים אױף טרינקען װײַן,
און העלדישע לײַט אױף מישן דעם טרוּנק;
23װאָס מאַכן גערעכט דעם שוּלדיקן אום שוחד,
און דאָס רעכט פֿון גערעכטן נעמען זײ פֿון אים אַװעק!
24דערום, אַזױ װי די צונג פֿון פֿײַער פֿאַרצערט שטרױ,
און שפּרײ צעקריכט אין אַ פֿלאַם,
אַזױ װעט זײער װאָרצל װי אַ צעפֿױלונג װערן,
און זײער בליִונג װעט װי שטױב אױפֿגײן;
װײַל זײ האָבן פֿאַראַכט די תּורה פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,
און געלעסטערט דאָס װאָרט פֿון דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
25דערום האָט געגרימט דער צאָרן[2] פֿון ה׳ אױף זײַן פֿאָלק,
און ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף אים,
און האָט אים געשלאָגן, אַז די בערג האָבן געציטערט;
און זײערע טױטע לײבער זײַנען געװאָרן װי מיסט אין דער מיט פֿון די גאַסן.
בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס.
און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.
26און ער װעט אױפֿהײבן אַ פֿאָן צו די פֿעלקער פֿון דער װײַט,
און װעט שטוּצערן צו אים פֿון עק ערד,
און זע, אײַליק פֿלינק װעט ער קומען;
27נישטאָ קײן מידער און קײן שטרױכלער בײַ אים,
ער שלוּמערט נישט און שלאָפֿט נישט,
און נישט אָפּגעבוּנדן איז דער גאַרטל פֿון זײַנע לענדן,
און נישט צעריסן אַ בענדל פֿון זײַנע שיך.
28װאָס זײַנע פֿײַלן זײַנען געשאַרפֿט,
און אַלע זײַנע בױגנס געשפּאַנט;
די קלױען פֿון זײַנע פֿערד זײַנען װי קיזל גערעכנט,
און זײַנע רעדער װי דער שטורעמװינט.
29אָ בריל האָט ער װי די לײבינטע,
און ער ברילט װי יונגלײבן,
און ברוּמט, און כאַפּט רױב,
און טראָגט אַװעק, און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.
30און ער װעט ברוּמען אױף אים אין יענעם טאָג,
אַזױ װי די ברומונג פֿון ים;
און מע װעט אַ קוק טאָן צו דער ערד,
ערשט אַן ענגע פֿינצטערניש,
און דאָס ליכט איז פֿינצטער אין אירע הימלען.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 20 →

1און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן 2און האבן געזאגט צו אים, אזוי צו זאגן: זאג אונדז, מיט וועמעס רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער איז עס, וואס האט דיר געגעבן דאס דאזיקן רשות? 3ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: איך וועל אייך אויך פרעגן א שאלה! און זאגט מיר: 4די מקווה פון יוחנן איז געווען פון הימל אדער פון מענטשן? 5און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? 6וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא. 7און זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווייסן נישט פונוואנען. 8און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: זאג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס רשות איך טו די דאזיקע זאכן.

9און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט. 10און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. 11און ער האט געמערט צו שיקן אן אנדערן קנעכט; זיי אבער האבן אויך יענעם געשלאגן און אנגעטאן אים בזיונות, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. 12און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן. 13און דער האר פון דעם וויינגארטן האט געזאגט: וואס זאל איך טאן? איך וועל שיקן מיין געליבטן זון; אפשר וועלן זיי אים שוינען. 14נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער. 15און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי? 16ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה! 17ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן;

א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן,
דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל?
(תהלים קיח, כב.)
18יעדער איינער, וואס פאלט אויף יענעם שטיין,
וועט צעשמעטערט ווערן;
אויף וועמען אבער ער וועט פאלן,
וועט ער אים צעמאלן.
(ישעיהו ה, יד-טו; דניאל ב, לד-לה.)

19און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי. 20און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר. 21און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳. 22מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט? 23ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט: 24ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס. 25און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! 26און זיי האבן אים נישט געקענט פאנגען מיט קיין ווארט פאר דעם פאלק; און האבן זיך געוואונדערט אויף זיין ענטפער, און האבן געשוויגן.

27און עס זענען צוגעקומען צו אים אייניקע פון די צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; 28און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, משה האט אונדז געשריבן; אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, האבנדיק א ווייב, און איז אָן א קינד, זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה-ו.) 29אָט זענען געווען זיבן ברידער; און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן אָן קינדער; 30און דער צווייטער; 31און דער דריטער האט זי גענומען; און אזוי א האבן אויך די זיבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זענען געשטארבן. 32צום סוף איז אויך די פרוי געשטארבן. 33וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב. 34און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט; 35די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט; 36ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים. 37און אז די טויטע שטייען אויף, האט אויך משה מרמז געווען ביים סנה, ווען ער רופט דעם האר דעם ג‑ט פון אברהם און דעם ג‑ט פון יצחק און דעם ג‑ט פון יעקב. (שמות ג, ו.) 38ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים. 39און אייניקע פון די סופרים האבן ענטפערנדיק געזאגט: רבי, דו האסט וואויל געזאגט! 40ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן.

41ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער משיח איז דודס זון? 42דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים:

דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
43ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס.
(תהלים קי, א.)

44דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?

45און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים: 46היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות; 47זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 4Isaiah 6 ►