AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 23
◄ Proverbs 22
Proverbs 23
מִשְׁלֵי 23
Proverbs 24 ►
1אַז דו זעצסט זיך עסן מיט אַ געװעלטיקער,
זאָלסטו גוט פֿאַרשטײן װעמען דו האָסט פֿאַר דיר;
2װאָרעם דו שטעקסט זיך אַרײַן אַ מעסער אין דער קעל,
אױב דו ביסט אַ מענטש אַ פֿרעסער.
3זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים,
װאָרעם דאָס איז פֿאַלשע שפּײַז.
4זאָלסטו זיך נישט מאַטערן צו װערן רײַך;
פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס.
5הײבסט אױף דײַנע אױגן דערױף, און שױן איז עס נישטאָ;
װאָרעם מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך,
װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.
6זאָלסט נישט עסן דאָס ברױט פֿון דעם װאָס האָט אַ בײז אױג,
און זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים;
7װאָרעם עס איז אַזױ װי ער װאָלט אױסרעכענען בײַ זיך;
עס און טרינק! זאָגט ער צו דיר,
אָבער זײַן האַרץ איז נישט מיט דיר.
8דײַן ביסן װאָס דו האָסט אױפֿגעגעסן, װעסטו אױסברעכן,
און האָסט אומזיסט אױסגעבראַכט דײַנע זיסע רײד.
9אין די אױערן פֿון דעם נאַרן זאָלסטו נישט רעדן,
װאָרעם ער װעט פֿאַראַכטן דעם שׂכל פֿון דײַנע װערטער.
10זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן,
און אין די פֿעלדער פֿון יתומים זאָלסטו נישט אַרײַנגײן;
11װאָרעם זײער אױסלײזער {גֹּואֵל}[1] איז שטאַרק,
ער װעט זיך אָננעמען זײער קריג אַקעגן דיר.
12לײג צו דײַן האַרץ צו מוסר[2],
און דײַנע אױערן צו װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
13זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן שטראָף {מוסר}[3] פֿון דעם ייִנגל;
אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער נישט שטאַרבן.
14דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט,
און װעסט מציל זײַן זײַן זעל פֿון דער שְׁאֹול.
15מײַן זון, אַז דײַן האַרץ װעט זײַן קלוג,
װעט אױך מײַן האַרץ זיך פֿרײען.
16און מײַנע נירן װעלן אָנקװעלן,
אַז דײַנע ליפּן װעלן רעדן די ריכטיקײט.
17זאָל דײַן האַרץ נישט מקנא זײַן די זינדיקע,
נאָר בלױז די מורא פֿאַר ה׳ אַ גאַנצן טאָג.
18װאָרעם פֿאַר װאָר, עס איז דאָ אַ לעצט,
און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן {כרת}[4] װערן.
19הער צו, זון מײַנער, און װער קלוג,
און פֿיר אױפֿן װעג דײַן האַרץ.
20זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס זױפֿן װײַן,
פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;
21װאָרעם אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט.
און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿערײַ.
22הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן,
און זאָלסט נישט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט.
23קױף אמת, און זאָלסט עס נישט פֿאַרקױפֿן –
חכמה, און מוסר[5], און פֿאַרשטאַנדיקײט.
24קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק,
און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים.
25זאָל זיך פֿרײען דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער,
און זאָל קװעלן דײַן געװינערין.
26גיב מיר, מײַן זון, דײַן האַרץ,
און דײַנע אױגן זאָלן היטן מײַנע װעגן.
27װאָרעם אַ טיפֿער גראָבן איז אַ זוֹנה,
און אַן ענגע גרוב איז די פֿרעמדע.
28דערצו לױערט זי װי אַ רױבער,
און מערט פֿעלשער צװישן די מענטשן.
29בײַ װעמען איז אױ? בײַ װעמען איז װײ?
בײַ װעמען קריג? בײַ װעמען קלאָג?
בײַ װעמען אומזיסטיקע װוּנדן?
בײַ װעמען רױטע אױגן?
30בײַ די װאָס שפּעטיקן זיך בײַם װײַן,
בײַ די װאָס קומען פֿאַרזוכן דעם מישטראַנק.
31זאָלסט נישט קוקן אױפֿן װײַן װי ער רױטלט זיך,
װי ער שפּיגלט אין כָּוס זײַן פֿאַרב,
װי ער גליטשט זיך גלאַטיק אַראָפּ.
32אין זײַן סוף װעט ער װי אַ שלאַנג אײַנבײַסן,
און װי אַ נאָטער װעט ער פֿאַרגיפֿטן.
33דײַנע אױגן װעלן זען פֿרעמדע זאַכן,
און דײַן האַרץ װעט רעדן פֿאַרקערטקײט;
34און װעסט זײַן װי אײנער װאָס ליגט אין מיטן ים,
אָדער װי אײנער װאָס ליגט אױף אַ שפּיץ מאַסט.
35זײ האָבן מיך געשלאָגן, און מיר האָט נישט װײ געטאָן,
זײ האָבן מיך צעקלאַפּט, און איך האָב נישט געשפּירט;
װען ניכטער איך זיך אױס,
װעל איך עס נאָך װידער זוכן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnotePhilemon 1 →

1פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער, 2און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז: 3חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

4איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות, 5ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע און צו אלע הייליקע; 6כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח. 7ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.

8דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט, 9(דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע; 10איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן, 11וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר; 12איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ; 13איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה; 14אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן. 15ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק; 16נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר. 17אויב דעריבער דו האלטסט מיך פאר א חבר, נעם אים אויף ווי מיך אליין. 18און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו; 19איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק. 20יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח. 21איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג. 22און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך.

23עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום, 24(אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.

25זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 22Proverbs 24 ►