AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 27
◄ Deuteronomy 26
Deuteronomy 27
דְבָֿרִים 27
Deuteronomy 28 ►

1און משה און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: היט אַלע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט. 2און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו דיר אױפֿשטעלן גרױסע שטײנער, און זײ באַקאַלכן מיט קאַלך. 3און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף זײ אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, אַז דו װעסט אַריבערגײן; כּדי זאָלסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט. 4און עס װעט זײַן, װי איר גײט אַריבער דעם יַרדן, זאָלט איר אױפֿשטעלן די דאָזיקע שטײנער װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, אױף דעם באַרג עֵיבֿל, און זאָלסט זײ באַקאַלכן מיט קאַלך. 5און זאָלסט דאָרטן בױען אַ מזבח צו ה׳ דײַן ג-ט, אַ מזבח פֿון שטײנער; זאָלסט נישט אױפֿהײבן אױף זײ אַן אײַזן. 6פֿון גאַנצע שטײנער זאָלסטו בױען דעם מזבח פֿון ה׳ דײַן ג-ט; און זאָלסט אױפֿברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ג-ט דײַן האַר. 7און זאָלסט שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} און עסן דאָרטן, און זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט. 8און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף די שטײנער אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה זײער קלאָר.

9און משה און די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי האָבן גערעדט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: זײַ שטיל און הער, יִשׂרָאֵל: הײַנטיקן טאָג ביסטו געװאָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו ה׳ דײַן ג-ט. 10דערום זאָלסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, און טאָן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט.

11און משה האָט באַפֿױלן דעם פֿאָלק אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:

12די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג גרִזים צו בענטשן דאָס פֿאָלק, װען איר גײט אַריבער דעם יַרדן: שמעון, און לֵוִי, און יהוּדה, און יִשׂשָׂכָר, און יוֹסף, און בנימין. 13און די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג עֵיבֿל פֿאַר דער קללה: ראובֿן, גָד, און אָשֵר, און זבֿולון, דָן, און נַפֿתָּלי. 14און די לוִיִים זאָלן אױסרופֿן און זאָגן צו אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל אױף אַ הױכן קֹול:

15פֿאַרשאָלטן[1] דער מאַן, װאָס װעט מאַכן אַ געשניצט אָדער געגאָסן בילד, אַן אומװערדיקײט צו ה׳, דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט, און אױפֿשטעלן אין פֿאַרבאָרגעניש!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך אָפּרופֿן און זאָגן: אָמן!

16פֿאַרשאָלטן[2] דער װאָס איז מבֿזה זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

17פֿאַרשאָלטן[3] דער װאָס פֿאַררוקט דעם גרענעץ פֿון זײַן חבֿר!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

18פֿאַרשאָלטן[4] דער װאָס פֿאַרפֿירט אַ בלינדן אין װעג!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

19פֿאַרשאָלטן[5] דער װאָס פֿאַרדרײט דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

20פֿאַרשאָלטן[6] דער װאָס ליגט מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, װאָרעם ער האָט אַנטפּלעקט זײַן פֿאָטערס צודעק!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

21פֿאַרשאָלטן[7] דער װאָס ליגט מיט װאָסער עס איז בהמה!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

22פֿאַרשאָלטן[8] דער װאָס ליגט מיט זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

23פֿאַרשאָלטן[9] דער װאָס ליגט מיט זײַן שװיגער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

24פֿאַרשאָלטן[10] דער װאָס שלאָגט זײַן חבֿר אין פֿאַרבאָרגעניש!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

25פֿאַרשאָלטן[11] דער װאָס נעמט שוחד צו דערשלאָגן אַ נפֿש, אומשולדיק בלוט!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

26פֿאַרשאָלטן[12] דער װאָס װעט נישט מקײם זײַן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, זײ צו טאָן![13]

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 26Deuteronomy 28 ►