AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Leviticus 18
◄ Leviticus 17
Leviticus 18
וַיִּקְרָא 18
Leviticus 19 ►

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם. 3אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד מִצרַיִם װאָס איר זײַט דערין געזעסן, זאָלט איר נישט טאָן; און אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד כּנַעַן, װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זאָלט איר נישט טאָן; און אין זײערע חוקים זאָלט איר נישט גײן. 4מײַנע געזעצן זאָלט איר טאָן, און מײַנע חוקים זאָלט איר היטן צו גײן אין זײ; איך בין ה׳ אלוקיכם. 5און איר זאָלט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ: איך בין ה׳.

6איר זאָלט נישט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין ה׳.

7די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

8די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.

9די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.

10די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן שאַנד זײַנען זײ.

11די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער – זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

12די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי.

13די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי.

14די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו נישט גענענען; דײַן מומע איז זי.

15די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

16די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס.

17די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכטער, זאָלסטו נישט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט.

18און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו נישט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן.

19און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו נישט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.

20און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.

21און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו נישט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

22און מיט אַ מאַנספּאַרשױן זאָלסטו נישט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.

23און מיט קײן בהמה זאָלסטו נישט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל נישט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס.

24איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע די דאָזיקע, װאָרעם מיט אַלע די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַראומרײניקט די פֿעלקער װאָס איך טרײַב אַרױס פֿון פֿאַר אײַך. 25און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן, און איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט איר פֿאַר אירע זינד, און דאָס לאַנד האָט אַרױסגעשפּיגן אירע באַװױנער. 26דערום זאָלט איר היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, און איר זאָלט נישט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך – 27װאָרעם אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָבן געטאָן די מענטשן פֿון לאַנד װאָס פֿאַר אײַך, און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן – 28כּדי דאָס לאַנד זאָל אײַך נישט אױסשפּײַען, אַז איר װעט עס פֿאַראומרײניקן, אַזױ װי עס האָט אױסגעשפּיגן דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַר אײַך. 29װאָרעם איטלעכער װאָס װעט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן – די נפֿשות װאָס טוען עס, זאָלן פֿאַרשניטן {כרת}[1] װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.

30און איר זאָלט היטן מײַן היטונג, נישט צו טאָן פֿון די אומװערדיקע אײַנפֿירן װאָס זײַנען געטאָן געװאָרן פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Corinthians 6 →

1ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים? 2אדער ווייסט איר נישט, אז די קדושים וועלן משפטן די וועלט? און אויב די וועלט וועט געמשפט ווערן דורך אייך, צי זענט איר דען נישט ראוי צו משפטן אין קלייניקייטן? 3צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות! 4און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך דיני ממונות, זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים? 5צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער? 6נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע! 7איבערהויפט איז עס שוין א ירידה פאר אייך, אז איר האט צווישן זיך משפטים. פארוואס ליידט איר נישט ליבער אן עוולה? פארוואס לאזט איר זיך נישט ליבער בארויבן? 8נאר איר אליין טוט עוולות און בארויבט, און דאס דאזיקע (טוט איר צו) ברידער! 9אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער, 10נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. 11און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.

12אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער נישט אלץ איז גוט (פאר מיר). אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער איך וויל פון גארנישט ווערן באהערשט. 13מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף; 14און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה. 15צי ווייסט איר דען נישט, אז אייערע גופים זענען אברים פון דעם משיח? זאל איך זשע נעמען די אברים פון משיח און זיי מאכן פאר די אברים פון א זונה? חס ושלום! 16אדער ווייסט איר נישט, אז דער, וואס באהעפט זיך מיט א זונה, איז איין גוף (מיט איר)? ווארום ער זאגט: די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 17דער אבער, וועלכער באהעפט זיך מיט דעם האר, איז איין גייסט. 18אנטרינט זשע פון זנות. יעדע זינד, וואס א מענטש באגייט, איז אויסער דעם גוף (ציטירן ניטציטירן); דער אבער, וועלכער איז מזנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוף. 19אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין, 20ווארום איר זענט טייער געקויפט געווארן; דעריבער זאלט איר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין אייער גוף!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Leviticus 17Leviticus 19 ►