AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 4
◄ Deuteronomy 3
Deuteronomy 4
דְבָֿרִים 4
Deuteronomy 5 ►

1און אַצונד, יִשׂרָאֵל, הער צו די חוקים און די געזעצן װאָס איך לערן דיך צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן גיט אײַך. 2איר זאָלט נישט צולײגן צו דעם װאָרט װאָס איך געביט אײַך, און איר זאָלט נישט מינערן דערפֿון, כּדי צו היטן די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס איך געביט אײַך. 3אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס ג-ט האָט געטאָן אין בַעַל-פּעוֹר, אַז יעטװעדער מאַן װאָס איז געגאַנגען נאָך דעם בַעַל פֿון פּעוֹר, האָט אים ה׳ דײַן ג-ט פֿאַרטיליקט פֿון צװישן דיר. 4און איר, װאָס זײַט באַהעפֿט אָן ה׳ אלוקיכם, לעבט הײַנט אַלע.

5זע, איך האָב אײַך געלערנט חוקים און געזעצן, אַזױ װי ה׳ מײַן ג-ט האָט מיר באַפֿױלן, אױף צו טאָן אַזױ אין דעם לאַנד װאָס איר קומט אַהין, עס צו אַרבן. 6זאָלט איר זײ היטן און טאָן, װאָרעם דאָס איז אײַער קלוגשאַפֿט און אײַער פֿאַרשטאַנדיקײט אין די אױגן פֿון די אומות, װאָס אַז זײ װעלן הערן אַלע די דאָזיקע געזעצן, װעלן זײ זאָגן: פֿאַר װאָר, אַ קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע אומה איז דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק. 7װאָרעם װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט אַ ג-ט נאָנט צו אים אַזױ װי ה׳ אלוקינו, װען נאָר מיר רופֿן צו אים? 8און װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט חוקים און געזעצן גערעכטע אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה, װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנטיקן טאָג? 9נאָר זײַ דיר אָפּגעהיט און היט זײער דײַן זעל, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די זאַכן װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון דײַן האַרצן אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און זאָלסט זײ מאַכן װיסן דײַנע קינדער און דײַנע קינדס-קינדער; 10דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, װען ג-ט האָט צו מיר געזאָגט: זאַמל אײַן צו מיר דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ לאָזן הערן מײַנע װערטער, כּדי זײ זאָלן לערנען מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען. 11און איר האָט גענענט, און האָט זיך געשטעלט אונטערן באַרג, און דער באַרג האָט געברענט מיט פֿײַער ביזן האַרצן פֿון הימל, מיט פֿינצטערניש, װאָלקן, און נעבל. 12און ה׳ האָט צו אײַך גערעדט פֿון מיטן פֿײַער; אַ קֹול פֿון װערטער האָט איר געהערט, אָבער אַ געשטאַלט האָט איר נישט געזען; בלױז אַ קֹול. 13און ער האָט אײַך אָנגעזאָגט זײַן ברית װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן צו טאָן – די צען געבאָט; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות. 14און מיר האָט ה׳ באַפֿױלן אין יענער צײַט אײַך צו לערנען חוקים און געזעצן, כּדי איר זאָלט זײ טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן. 15דערום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל – װאָרעם איר האָט נישט געזען קײן געשטאַלט אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט גערעדט צו אײַך אין חוֹרֵבֿ פֿון מיטן פֿײַער – 16אַז איר זאָלט נישט פֿאַרדאָרבן װערן און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די גלײַכעניש פֿון אַ שום בילד, די געשטאַלט פֿון אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, 17די געשטאַלט פֿון אַ שום בהמה װאָס אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום געפֿליגלטן פֿױגל װאָס פֿליט אין הימל, 18די געשטאַלט פֿון װאָס נאָר עס קריכט אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום פֿיש װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 19און אַז דו װעסט אױפֿהײבן דײַנע אױגן צום הימל, און זען די זון און די לִבֿנָה און די שטערן, דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, זאָלסטו נישט אַראָפּגעפֿירט װערן, און זיך בוקן צו זײ, און דינען זײ, װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט זײ צוגעטײלט צו אַלע פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל. 20אָבער אײַך האָט ה׳ גענומען, און אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, פֿון מִצרַיִם, אים צו זײַן פֿאַר אַן אַרבפֿאָלק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 21און ג-ט האָט געצערנט אױף מיר פֿון אײַערטװעגן, און ער האָט געשװאָרן אַז איך זאָל נישט אַריבערגײן דעם יַרדן, און נישט קומען אין דעם גוטן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה. 22װאָרעם איך שטאַרב אין דעם היגן לאַנד; איך גײ נישט אַריבער דעם יַרדן, אָבער איר װעט אַריבערגײן, און װעט אַרבן דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד. 23היט אײַך, איר זאָלט נישט פֿאַרגעסן דעם ברית פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}[1] מיט אײַך, און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר פֿאַרװערט.

24װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט, אַן אֵל קַנָּא.

25אַז דו װעסט געבערן קינדער און קינדס-קינדער, און איר װעט זיך עלטערן אין לאַנד, און איר װעט פֿאַרדאָרבן װערן, און װעט מאַכן אַ געשניץ, אַ געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, און איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט, אים צו דערצערענען, 26מאַך איך הײַנט הימל און ערד עדות קעגן אײַך, אַז אונטערגײן װעט איר גיך אונטערגײן פֿון דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, עס צו אַרבן; איר װעט נישט מַאֲריך-ימים זײַן דרינען, נײַערט פֿאַרטיליקט װעט איר פֿאַרטיליקט װערן. 27און ה׳ װעט אײַך צעשפּרײטן צװישן די אומות, און איר װעט בלײַבן געצײלטע מענטשן צװישן די פֿעלקער, װאָס ה׳ װעט אײַך אַהין אַװעקפֿירן.

28און איר װעט דאָרטן דינען ג‑טער געמאַכט פֿון אַ מענטשנס הענט, האָלץ און שטײן, װאָס נישט זײ זעען, און נישט זײ הערן, און נישט זײ עסן, און נישט זײ שמעקן. 29און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן ה׳ אלוקיכם; און װעסט אים געפֿינען, אַז דו װעסט אים זוכן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל. 30אַז דיך װעט צודריקן, און דיך װעלן טרעפֿן אַלע די דאָזיקע זאַכן, אין סוף פֿון די טעג, װעסטו זיך אומקערן צו ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט צוהערן צו זײַן קֹול. 31װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז אַ דערבאַרעמדיקער אֵל; ער װעט דיך נישט פֿאַרלאָזן און דיך נישט אומברענגען, און ער װעט נישט פֿאַרגעסן דעם ברית מיט דײַנע עלטערן, װאָס ער האָט זײ געשװאָרן.

32װאָרעם פֿרעג אַקאָרשט נאָך אױף די פֿריִערדיקע טעג װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, פֿון זינט דעם טאָג װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿן אַ מענטשן אױף דער ערד, און פֿון עק הימל ביז עק הימל, אױב עס איז װען געשען אַזױ װי די דאָזיקע גרױסע זאַך, אָדער אױב אַזױ-װאָס איז געהערט געװאָרן? 33אױב אַ פֿאָלק האָט געהערט דעם קֹול פֿון אלֹקים רעדן פֿון מיטן פֿײַער, אַזױ װי דו האָסט געהערט און איז געבליבן לעבן? 34אָדער אױב אַ ג-ט האָט געפּרוּװט אַרױסנעמען פֿאַר זיך אַ פֿאָלק פֿון צװישן אַן אַנדער פֿאָלק, מיט פּרוװוּנגען, מיט צײכנס, און מיט װוּנדער, און מיט מלחמה, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,[2] און מיט גרױסע שרעקן, אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן פֿון אײַערטװעגן אין מִצרַיִם פֿאַר דײַנע אױגן? 35דיר איז עס באַװיזן געװאָרן, כּדי זאָלסט װיסן אַז ה׳, ער איז האלֹקים; און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים (אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ). 36פֿון הימל האָט ער דיך געלאָזט הערן זײַן קֹול, כּדי דיך צו לערנען, און אױף דער ערד האָט ער דיר באַװיזן זײַן גרױס פֿײַער, און זײַנע װערטער האָסטו געהערט פֿון מיטן פֿײַער. 37און דערפֿאַר װאָס ער האָט ליב געהאַט דײַנע עלטערן, האָט ער אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ, און האָט דיך אַרױסגעצױגן מיט זײַן אָנגעזיכט, מיט זײַן גרױס שטאַרקײט, פֿון מִצרַיִם, 38צו פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר פֿעלקער גרעסער און מאַכטיקער פֿון דיר, דיך צו ברענגען כּדי דיר צו געבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 39און זאָלסט װיסן הײַנט, און אַרײַננעמען אין דײַן האַרצן, אַז ה׳, ער איז האלֹקים אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן; מער איז נישטאָ. 40און זאָלסט היטן זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, װאָס איך געביט דיר הײַנט, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר, און כּדי זאָלסט מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, שטענדיק.

41דענצמאָל האָט משה אָפּגעשײדט דרײַ שטעט אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג, 42אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס הרגעט זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; אַז װען ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, זאָל ער בלײַבן לעבן: 43בֶצֶר אין מדבר, אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿאַר די ראובֿנים, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿאַר די גָדים, און גוֹלָן אין בָשָן, פֿאַר די מנַשים.

44און דאָס איז די תּורה װאָס משה האָט געלײגט פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; 45דאָס זײַנען די צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}[3] און די חוקים און די געזעצן װאָס משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; 46אױף יענער זײַט יַרדן, אין טאָל אַקעגן בֵית-פּעוֹר, אין לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, דעם װאָס משה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; 47און זײ האָבן געאַרבט זײַן לאַנד, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן – די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג;

48פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און ביזן באַרג שׂיאוֹן – דאָס איז חֶרמוֹן – 49און דעם גאַנצן פּלױן פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteEphesians 6 →

1קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק. 2האלט ערלעך דיין פאטער און מוטער, דאס איז דאס ערשטע געבאט מיט א הבטחה; 3כדי עס זאל דיר גיין וואויל, און דו זאלסט לעבן לאנג אויף דער ערד. (דברים ה, טז.) 4און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.

5איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח; 6דינענדיק נישט בלויז פארן אויג, ווי איר וואלט געוואלט מענטשן געפעלן, נאר ווי משיחס קנעכט, וואס טאן ה׳ס רצון פונם הארצן; 7דינט מיט גוטן ווילן, ווי דעם האר און נישט פאר מענטשן; 8וויסנדיק, אז וואס פאר א גוטס יעדער איינער וועט נישט טאן, וועט ער דאס זעלביקע באקומען פונם האר, סאי קנעכט סאי פרייער מענטש. 9און איר הארן, טוט די זעלביקע זאכן לגבי זיי, אויפהערנדיק צו דראען, ווייל איר ווייסט, אז זייער האר און אייערער איז אין הימל, און פאר אים גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.

10צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה. 11טוט אָן די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט קענען ביישטיין די כיטרעקייטן פון דעם שׂטן. 12ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער. 13צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין. 14דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות, 15און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום; 16און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן). 17און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט; 18מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים, 19און פאר מיר, אז עס זאל מיר געגעבן ווערן א ווארט ביים אויפמאכן מיין מויל, כדי מיט דרייסטקייט מגלה צו זיין דעם סוד פון דער גוטער בשורה, 20פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.

21און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן. 22אים האב איך געשיקט צו אייך טאקע צוליב דעם דאזיקן, כדי איר זאלט זיך דערוויסן ווי עס דערגייט אונדז, און אז ער זאל טרייסטן אייערע הערצער.

23שלום צו די ברידער, און ליבע מיט אמונה פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. 24זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 3Deuteronomy 5 ►