1אין דריטן חודש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי. 2און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און יִשׂרָאֵל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו האלֹקים, און ה׳ האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: 4איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפֿליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר. 5און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קֹול, און איר װעט היטן מײַן ברית, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרעם צו מיר געהערט די גאַנצע ערד. 6און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
7און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן. 8האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
9און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן[1][2] אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
10און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; 11און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג[3],[4] װאָרעם אױפֿן דריטן טאָג װעט ה׳ אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי. 12און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן; 13אַ האַנט זאָל זיך נישט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער נישט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער. 15און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט נישט גענענען צו אַ פֿרױ.
16און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט. 17און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער האלֹקים אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג. 18און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט. 19און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה איז געװען רעדנדיק, און האלֹקים איז געװען צוריקרעדנדיק צו אים אױפֿן קֹול. 20און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און ה׳ האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען. 21און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו ה׳ צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך. 22און אױך די כּהנים װאָס גענענען צו ה׳, זאָלן זיך הײליקן, כּדי ה׳ זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ. 23האָט משה געזאָגט צו ה׳: דאָס פֿאָלק קען נישט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרעם דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן. 24האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרֹן מיט דיר; אָבער די כּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך נישט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו ה׳, כּדי ער זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
25האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.
1דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז, 2און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד. 3ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן. 4איר האט נאך אלץ נישט זיך אנטקעגנגעשטעלט ביז בלוט, ראנגלענדיק מיט דער זינד; 5און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין:
7אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? 8אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. 9מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? 10ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה. 11יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.
12דערפאר זאלט איר אויפהייבן די הענט, וואס הענגען אראפ און די קניען, וואס זענען שוואך געווארן; 13און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן. 14יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר; 15און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן; 16אז עס זאל נישט זיין קיין נואף אדער חלל, ווי עשיו, וואס האט פאר אן איין איינציקע שפייז אוועקגעגעבן זיין בכורה. 17ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן.
18ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם, 19און דעם קול פון א שופר און א קול פון ווערטער, וואס די צוהערער האבן געבעטן, אז קיין ווארט זאל מער צו זיי נישט גערעדט ווערן, 20ווארום זיי האבן נישט געקענט דערטראגן דאס, וואס איז געבאטן געווארן; (ציטירן ניטציטירן) אפילו אויב א בהמה וועט אנרירן דעם בארג, זאל מען זי שטייניקן; 21און, די דערשיינונג איז געווען אזוי שרעקלעך, אז משה האט געזאגט; איך בין פול מיט מורא און ציטער; 22נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים, 23צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים, 24און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט). 25היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל, 26וועמעס קול האט אמאל געמאכט ציטערן די ערד; און איצט האט ער מבטיח געווען, זאגנדיק:
27און דאס ווארט נאכאמאל (ציטירן ניטציטירן) מאכט קלאר די פארענדערונג פון זאכן, וואס ציטערן אלס זאכן געשאפענע, כדי די, וואס ציטערן נישט, זאלן בלייבן. 28דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד; 29ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.