1און עס איז געװען, אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט אױפֿשטעלן דעם מישכּן, און האָט אים געזאַלבט, און אים געהײליקט מיט אַלע זײַנע כּלים, און דעם מזבח מיט אַלע זײַנע כּלים – אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט, 2האָבן גענענט די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל, די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – זײ, די פֿירשטן פֿון די שבֿטים, זײ װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער צײלונג; 3און זײ האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר ה׳, זעקס צוגעדעקטע װעגן, און צװעלף רינדער: אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן, און אַן אָקס פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום מישכּן. 4האָט ה׳ געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 5נעם צו פֿון זײ, און עס זאָל זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו די לוִיִים, איטלעכן לױט זײַן דינסט. 6האָט משה גענומען די װעגן און די רינדער, און האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים. 7צװײ װעגן און פֿיר רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון גֵרשוֹן, לױט זײער דינסט.
8און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון מרָרי, לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן. 9אָבער צו די קינדער פֿון קהָת האָט ער גאָרנישט געגעבן, װאָרעם דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ; אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן.
10און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנײַונג פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר דעם מזבח. 11און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: צו אײן פֿירשט אַ טאָג, צו אײן פֿירשט אַ טאָג, זאָלן זײ ברענגען זײער קָרבָּן פֿאַר דער באַנײַונג פֿון מזבח.
12און דער װאָס האָט געבראַכט זײַן קָרבָּן דעם ערשטן טאָג איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן, פֿון שבֿט יהוּדה. 13און זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 14אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 15אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 16אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 17און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן.
18אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן, דער פֿירשט פֿון יִשׂשָׂכָר. 19ער האָט געבראַכט פֿאַר זײַן קָרבָּן אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 20אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
21אײן יונגן אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 22אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 23און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן.
24אױפֿן דריטן טאָג,[1] דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 25זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה};
26אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 27אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 28אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 29און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען.
30אױפֿן פֿירטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. 31זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה};
32אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 33אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 34אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 35און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן.
36אױפֿן פֿינפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 37זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}: 38אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
39אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 40אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 41און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין.
42אױפֿן זעקסטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 43זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה};
44אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 45אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 46אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 47און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליָסָף דעם זון פֿון דְעואֵלן.
48אױפֿן זיבעטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. 49זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 50אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
51אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 52אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 53און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן.
54אױפֿן אַכטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 55זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה};
56אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 57אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 58אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 59און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן.
60אױפֿן נײַנטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 61זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה};
62אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 63אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 64אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 65און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין.
66אױפֿן צענטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 67זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 68אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 69אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 70אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 71און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין.
72אױפֿן עלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 73זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 74אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 75אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 76אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 77און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען.
78אױפֿן צװעלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. 79זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; 80אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 81אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 82אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; 83און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען.
84דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח, אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן, פֿון די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל: צװעלף זילבערנע שיסלען, צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס, צװעלף גילדערנע שאָלן; 85איטלעכע שיסל הונדערט און דרײַסיק שֶקל זילבער, און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער פֿון די כּלים, צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל. 86צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װײַרעך, צו צען, צו צען שֶקל אַ שאָל, אױפֿן הײליקן שֶקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן, הונדערט און צװאַנציק. 87אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}: צװעלף אָקסן; װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף, מיט זײער שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און ציגנבעק צװעלף, פֿאַר זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}. 88און אַלע רינדער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}: פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק, בעק זעכציק, שעפּסן יאָריקע זעכציק. דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן.
89און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי ג-ט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קֹול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס אױפֿן אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},[2] פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.
1אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם, 2און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים. 3מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס. 4מחמת יוחנן האט צו אים געזאגט: דו טארסט זי נישט האבן. 5און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא. 6נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן. 7דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען. 8און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ. 9און דער קעניג איז טרויעריק געווארן; נאר צוליב די שבועות און די געסט, האט ער באפוילן עס זאל געגעבן ווערן. 10און ער האט געשיקט, און געלאזט יוחנן אפהאקן דעם קאפ אין תפיסה. 11און זיין קאפ איז געברענגט געווארן אויף א טעלער, און געגעבן געווארן דעם מיידל, און זי האט אים געברענגט צו איר מוטער. 12און זיינע תלמידים זענען געקומען, און האבן גענומען דעם גוף, און אים קובר געווען; און זענען געגאנגען און האבן עס דערציילט יהושען/ישוען.
13און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט. 14און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע. 15און אנטקעגן אוונט זענען די תלמידים געקומען צו אים, און האבן געזאגט; דאס איז א וויסט ארט, און די שעה איז שוין פארביי; לאז דעריבער אפ די מאסן מענטשן, כדי זיי זאלן גיין אין די דערפער אריין, און זיך קויפן שפייז. 16יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן נישט נייטיק אוועקצוגיין; גיט איר זיי צו עסן! 17זאגן זיי צו אים: מיר האבן דא גארנישט אחוץ פינף לעבלעך ברויט, און צוויי פיש. 18און ער האט געזאגט: ברענגט זיי אהער צו מיר. 19און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. 20און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן, און זיי האבן אויפגעהויבן, וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך, צוועלף קערב פול. 21און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען אן ערך פינף טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער.
22און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן. 23און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין. 24דאס שיפל אבער איז שוין געווען א סך מיילן פון דער יבשה, הארט געשטויסן פון די כוואליעס; מחמת דער ווינט איז געווען אנטקייגן. 25און אין דעם פערטן משמר פון דער נאכט איז ער געקומען צו זיי, גייענדיק אויפן ים. 26און ווי די תלמידים האבן אים דערזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי זיך דערשראקן, און געזאגט: עס איז א געשפענסט! און האבן געשריגן אויס מורא. 27יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא! 28פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: האר, אויב דו ביסט עס, באפעל מיך קומען צו דיר אויפן וואסער! 29און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען. 30און ווי ער האט געזען דעם שטארקן ווינט, האט ער זיך דערשראקן, און אנהויבנדיק זיך צו טרענקען, האט ער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע מיך! 31און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט? 32און ווען זיי זענען איינגעשטיגן אין שיפל, האט דער ווינט אויפגעהערט. 33און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!
34און זיי זענען אריבערגעפארן, און זענען געקומען צום לאנד גניסרת. 35און ווי די לייט פון יענעם ארט האבן אים דערקענט, האבן זיי געשיקט אין יענער גאנצער געגנט ארום, און געברענגט צו אים אלע קראנקע; 36און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן.