1און שלמה האָט זיך מתחתּן געװען מיט פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט גענומען פַּרעהס טאָכטער, און האָט זי געבראַכט אין דָוִדס-שטאָט, ביז ער האָט געענדיקט בױען זײַן הױז, און דאָס הױז פֿון ה׳, און די מױער פֿון ירושָלַיִם רונד אַרום.
2אָבער דאָס פֿאָלק האָט געשלאַכט אױף די בָמות, װאָרעם אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ איז נישט געבױט געװען ביז יענע טעג. 3און שלמה האָט ליב געהאַט ה׳, צו גײן אין די געזעצן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן; נאָר ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. 4און דער מלך איז געגאַנגען קײן גִבֿעוֹן דאָרטן צו שלאַכטן, װאָרעם דאָרטן איז געװען די גרױסע בָמָה. טױזנט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿלעגט שלמה אױפֿברענגען אױף יענעם מזבח.
5אין גִבֿעוֹן האָט זיך ה׳ באַװיזן צו שלמהן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און אלֹקים האָט געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. 6האָט שלמה געזאָגט: דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, גרױס חֶסֶד, אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר; און האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן חֶסֶד, און האָסט אים געגעבן אַ זון װאָס זיצט אױף זײַן טראָן[1] אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 7און אַצונד, ה׳ מײַן ג-ט, דו האָסט געמאַכט דײַן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט[2] פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און איך בין אַ קלײן ייִנגל, איך װײס נישט װוּ אױס און װוּ אײַן. 8און דײַן קנעכט איז אין מיטן פֿון דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען נישט געצײלט און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. 9דערום זאָלסטו געבן דײַן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, צו משפּטן דײַן פֿאָלק, צו דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס, װאָרעם װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס?
10און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון אֲדֹנָי, װאָס שלמה האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך. 11און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך, און נישט דו האָסט דיר געבעטן פֿיל טעג, און נישט דו האָסט דיר געבעטן עשירות, און נישט דו האָסט געבעטן דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, נײַערט האָסט דיר געבעטן שׂכל צו פֿאַרשטײן אַ משפּט, 12אָט האָב איך געטאָן לױט דײַן װאָרט: זע, איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, אַז אַזאַ װי דו איז נישט געװען פֿאַר דיר, און נאָך דיר װעט נישט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו. 13און אױך װאָס דו האָסט נישט געבעטן האָב איך דיר געגעבן: אי עושר אי כּבֿוד אַלע דײַנע טעג, אַז קײנער אַזאַ װי דו איז נישט געװען צװישן די מלכים. 14און אַז דו װעסט גײן אין מײַנע װעגן צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט אַזױ װי דײַן פֿאָטער דָוִד איז געגאַנגען, װעל איך דערלענגערן דײַנע טעג.
15האָט זיך אױפֿגעכאַפּט שלמה, ערשט עס איז אַ חלום. און ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אָרון ברית־אֲדֹנָי, און ער האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און געמאַכט פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, און געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט.
16דענצמאָל זײַנען געקומען צװײ פֿרױען זוֹנות צו דעם מלך, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים. 17און אײן פֿרױ האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, איך און די דאָזיקע פֿרױ װױנען אין אײן הױז, און איך האָב געבאָרן מיט איר אין הױז. 18און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג[3] נאָך מײַן געבערן, האָט אױך די דאָזיקע פֿרױ געבאָרן; און מיר זײַנען געװען זאַלבענאַנד, קײן פֿרעמדער איז מיט אונדז נישט געװען אין הױז; בלױז מיר צװײ זײַנען געװען אין הױז. 19איז געשטאָרבן דאָס קינד פֿון דער דאָזיקער פֿרױ בײַ נאַכט, װײַל זי איז געלעגן אױף אים. 20איז זי אױפֿגעשטאַנען אין מיטן נאַכט, און האָט אַװעקגענומען מײַן זון פֿון לעבן מיר, בעת דײַן דינסט איז געשלאָפֿן, און זי האָט אים געלײגט אין איר בוזעם, און איר טױטן זון האָט זי געלײגט אין מײַן בוזעם.
21און איך בין אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי אָנצוזען מײַן זון, ערשט ער איז טױט; אָבער אַז איך האָב אים באַטראַכט אין דער פֿרי ערשט דאָס איז נישט געװען מײַן זון װאָס איך האָב געבאָרן.
22האָט די אַנדער פֿרױ געזאָגט: נײן, נײַערט מײַן זון איז דער לעבעדיקער, און דײַן זון דער טױטער. און די זאָגט: נײן נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. און זײ האָבן געטענהט פֿאַרן מלך.
23האָט דער מלך געזאָגט: די זאָגט: דאָס איז מײַן זון דער לעבעדיקער און דײַן זון דער טױטער; און די זאָגט: נײן, נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. 24און דער מלך האָט געזאָגט: ברענגט מיר אַ שװערד. האָט מע געבראַכט אַ שװערד פֿאַרן מלך. 25האָט דער מלך געזאָגט: צעשנײַדט דאָס לעבעדיקע קינד אין צװײען, און גיט אַ העלפֿט צו אײנער, און אַ העלפֿט צו דער אַנדערער.
26האָט גערעדט די פֿרױ װאָס איר זון איז געװען דער לעבעדיקער, צום מלך – װאָרעם דאָס האַרץ האָט איר פֿאַרקלעמט אױף איר זון – און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, נאָר טײטן זאָלט איר עס נישט טײטן. און יענע זאָגט: נישט מיר און נישט דיר זאָל עס געהערן; שנײַדט!
27האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און געזאָגט: גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, און טײטן זאָלט איר עס נישט טײטן; זי איז זײַן מוטער.
28און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געהערט דעם משפּט װאָס דער מלך האָט געמשפּט, און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַרן מלך, װאָרעם זײ האָבן געזען אַז ג-טס חכמה איז אין אים צו טאָן גערעכטיקײט.
1צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)— 2אויב איר האט געהערט פון דער פארוואלטונג פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פאר אייערטוועגן, 3אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור, 4כדי לייענענדיק עס, זאלט איר קענען פארשטיין מיין השגה אין דעם סוד פון דעם משיח, 5וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט, 6אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה, 7פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה; 8מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות; 9און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם; 10כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳, 11לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן; 12אין וועמען מיר האבן דעם דרייסטקייט און דעם צוטריט מיט בטחון דורך אמונה אין אים. 13דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.
14צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער, 15פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען), 16אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט; 17אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע, 18כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש, 19און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.
20און צו אים, וואס איז אימשטאנד צו טאן פיל מער איבער אונדזער בעטן אדער טראכטן, לויט דעם כוח, וואס ווירקט אין אונדז, 21צו אים זאל זיין כבוד אין דער קהלה און אינם משיח יהושע/ישוע לדור דור לעלמי עולמים. אמן.