1און דָוִד המלך האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: שלמה מײַן זון, װאָס אים אײנעם האָט ה׳ אױסדערװײלט, איז יונג און שװאַך, און די אַרבעט איז גרױס, װאָרעם נישט פֿאַר אַ מענטשן איז דער פּאַלאַץ, נאָר פֿאַר ה׳ אלֹקים. 2און מיט אַלע מײַנע כּוֹחות האָב איך אָנגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, גאָלד פֿאַר די גילדערנע זאַכן, און זילבער פֿאַר די זילבערנע, און קופּער פֿאַר די קופּערנע, אײַזן פֿאַר די אײַזערנע, און האָלץ פֿאַר די הילצערנע; אָניקלשטײנער און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, גלאַנציקע און פֿילפֿאַרביקע שטײנער, און אַלערלײ טײַער געשטײן, און מירמלשטײנער לרובֿ. 3און מער נאָך: װײַל איך באַגער דאָס הױז פֿון מײַן ג-ט, האָב איך אַן אוֹצר גאָלד און זילבער װאָס איך גיב אַװעק פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, אַחוץ אַלץ װאָס איך האָב אָנגעגרײט פֿאַר דעם הײליקן הױז: 4דרײַ טױזנט צענטנער גאָלד, פֿון גאָלד פֿון אוֹפֿיר, און זיבן טױזנט צענטנער געלײַטערטע זילבער, אױף צו באַלײגן די װענט פֿון די הײַזער; 5גאָלד װוּ מע דאַרף גאָלד, און זילבער װוּ זילבער; און פֿאַר יעטװעדער אַרבעט דורך דער האַנט פֿון מײַנסטערס. און װער װיל הײַנט מנדבֿ זײַן מיט זײַן פֿולער האַנט צו ה׳?
6און די האַרן פֿון די פֿאָטערהײַזער, און די האַרן פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די אױפֿזעערס איבער דעם מלכס װירטשאַפֿט, האָבן מנדבֿ געװען. 7און זײ האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט פֿון הױז פֿון אלֹקים, גאָלד פֿינף טױזנט צענטנער, און אַדַרכּוֹנים צען טױזנט, און זילבער צען טױזנט צענטנער, און קופּער אַכצן טױזנט צענטנער, און אײַזן הונדערט טױזנט צענטנער. 8און די װאָס בײַ זײ האָבן זיך געפֿונען טײַערע שטײנער, האָבן עס אַװעקגעגעבן צו דעם שאַץ פֿון הױז פֿון ה׳, אונטער דער האַנט פֿון יחיאֵל דעם גֵרשוני. 9און דאָס פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט װאָס זײ האָבן מנדבֿ געװען, װאָרעם מיטן גאַנצן האַרצן האָבן זײ מנדבֿ געװען צו ה׳, און אױך דָוִד המלך האָט זיך געפֿרײט אַ גרױס פֿרײד.
10און דָוִד האָט געלױבט ה׳ פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג, און דָוִד האָט געזאָגט: געלױבט ביסטו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אונדזער פֿאָטער, פֿון אײביק און ביז אײביק. 11דײַן, ה׳, איז די גרױסקײט, און די שטאַרקײט, און די פּראַכטיקײט, און די אײביקײט, און דער גלאַנץ, װאָרעם אַלץ װאָס אױפֿן הימל און אױף דער ערד [איז דײַן]; דײַן, ה׳, איז די מלוכה, און דו ביסט דערהױבן צום הױפּט איבער אַלעם. 12און עוֹשר און כּבֿוד זײַנען פֿון דיר, און דו געװעלטיקסט איבער אַלץ, און אין דײַן האַנט איז כּוֹח און גבֿורה, און אין דײַן האַנט איז צו גרײסן און צו שטאַרקן אַלעמען. 13און אַצונד, אלוקינו, דאַנקען מיר דיר, און לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען. 14װאָרעם װער בין איך, און װער איז מײַן פֿאָלק, אַז מיר זאָלן האָבן בכּוֹח מנדבֿ צו זײַן אַזױ-װאָס? נאָר פֿון דיר איז אַלץ, און פֿון דײַן האַנט האָבן מיר דיר געגעבן. 15װאָרעם פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאַר דיר, און אײַנגעװאַנדערטע, אַזױ װי אַלע אונדזערע עלטערן; אַזױ װי אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד, און אָן אַ באַשטאַנד. 16ה׳ אלוקינו, דאָס דאָזיקע גאַנצע רײַכטום װאָס מיר האָבן אָנגעגרײט אױף דיר צו בױען אַ הױז פֿאַר דײַן הײליקן נאָמען, איז פֿון דײַן האַנט, און אַלץ איז דײַן. 17און איך װײס, מײַן ג-ט, אַז דו פּרוּװסט דאָס האַרץ, און באַגערסט רעכטפֿאַרטיקײט. איך האָב מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון מײַן האַרצן מנדבֿ געװען דאָס אַלץ; און אַצונד האָב איך געזען מיט שׂימחה װי דײַן פֿאָלק װאָס געפֿינט זיך דאָ האָט מנדבֿ געװען צו דיר. 18ה׳ אלוקי אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, אונדזערע עלטערן, האַלט דאָס אָן אױף אײביק, די טראַכטונג פֿון די געדאַנקען פֿון דײַן פֿאָלקס האַרצן, און קער זײער האַרץ צו דיר. 19און שלמהן מײַן זון גיב אַ גאַנץ האַרץ צו היטן דײַנע געבאָט, דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},[1] און דײַנע געזעצן, און צו טאָן דאָס אַלץ, און צו בױען דעם פּאַלאַץ װאָס איך האָב צוגעגרײט.
20און דָוִד האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: לױבט נון ה׳ אלוקיכם. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געלױבט ה׳ דעם אלוקי זײערע עלטערן, און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו ה׳ און צום מלך. 21און זײ האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער צו ה׳, און אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳, אױף מאָרגן פֿון יענעם טאָג, טױזנט אָקסן, טױזנט װידערס, טױזנט שעפּסן, מיט זײערע גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}, און שלאַכטאָפּפֿער לרובֿ פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל. 22און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען פֿאַר ה׳ אין יענעם טאָג מיט גרױס שׂימחה, און זײ האָבן אַ צװײט מאָל געמאַכט שלמה דעם זון פֿון דָוִדן פֿאַר אַ מלך, און געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט פֿון ה׳, און צָדוֹקן פֿאַר אַ כּהן.
23און שלמה האָט זיך געזעצט אױף דעם טראָן[2] פֿון ה׳ פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט[3] פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און ער האָט באַגליקט. און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך צוגעהערט צו אים. 24און אַלע האַרן, און די גיבוֹרים, און אױך אַלע זין פֿון דעם מלך דָוִד, האָבן זיך אונטערװאָרפֿן אונטער שלמה המלך. 25און ה׳ האָט שלמהן הױך געגרײסט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און ער האָט געגעבן אױף אים אַ קיניגלעכן גלאַנץ װאָס איז נישט געװען אױף קײן מלך איבער יִשׂרָאֵל פֿאַר אים.
26און דָוִד דער זון פֿון יִשַין האָט געקיניגט איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 27און די טעג װאָס ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר: אין חֶבֿרוֹן האָט ער געקיניגט זיבן יאָר, און אין ירושָלַיִם האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק. 28און ער איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, זאַט מיט טעג, עוֹשר, און כּבֿוד; און זײַן זון שלמה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4] 29און די זאַכן װעגן דָוִדן, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון שמוּאֵל דעם זעער, און אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין די װערטער פֿון גָד דעם זעער, 30מיט זײַן גאַנצער מלוכה, און זײַנע גבֿורות, און די צײַטן װאָס זײַנען אַריבער איבער אים און איבער יִשׂרָאֵל, און איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די לענדער.
1פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האפענונג, 2צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
3ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה), 4און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.) 5דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה; 6פון וועלכע אייניקע האבן אפגענייגט, און זיך געקערט צו פוסטע רייד, 7ווילנדיק זיין מורי תורה, הגם זיי פארשטייען גארנישט, נישט וואס זיי זאגן, נישט וואס זיי באהויפטן. 8מיר אבער ווייסן, אז די תורה איז גוט, ווען עמיצער באנוצט זי לויט דער תורה, 9וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים, 10פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג; 11לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.
12איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט; 13מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן; 14און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע. 15באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער; 16נאר דערפאר האט ער אויף מיר רחמנות געהאט, כדי אין מיר קודם כל זאל יהושע/ישוע המשיח ארויסווייזן זיין גאנצע סבלנות, פאר א ביישפיל פאר יענע, וועלכע וועלן ערשט גלויבן אין אים צום אייביקן לעבן. 17אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.
18דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש, 19האבנדיק אמונה און א גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האבן אוועקגעשטויסן פון זיך און געליטן שיפבראך בנוגע דער אמונה; 20צווישן וועלכע איז הימענעוס און אלעקסאנדער, וועלכע איך האב איבערגעגעבן צום שׂטן, כדי זיי זאלן לערנען נישט צו לעסטערן.