AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Exodus 35
◄ Exodus 34
Exodus 35
שְמוֹת 35
Exodus 36 ►
וַיַקְהֵל

1און משה האָט אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: דאָס זײַנען די װערטער װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן זײ צו טאָן: 2זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל אײַך זײַן הײליק, אַ שַׁבָּת פֿון שַׁבָּתֹון צו ה׳; איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, זאָל געטײט װערן. 3איר זאָלט נישט אָנצינדן קײן פֿײַער אין אַלע אײַערע װױנערטער אין טאָג פֿון שבת.

4און משה האָט געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: 5נעמט אײַך אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} צו ה׳, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז װיליק זאָל זי ברענגען, די אָפּשײדונג פֿון ה׳, גאָלד, און זילבער, און קופּער; 6און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען און ציגנהאָר; 7און רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תּחש-פֿעלן, און שִטים-האָלץ; 8און אײל פֿאַר דער לײַכטונג, און בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; 9און אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן. 10און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן אײַך זאָלן קומען און מאַכן אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: 11דעם מישכּן, זײַן געצעלט, און זײַן צודעק, זײַנע האָקן, און זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 12דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען, דעם דעק {כַּפֹּרֶת} און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; 13דעם טיש און זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט {לחם הפּנים}; 14און די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע כּלים, און אירע רערלעך, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; 15און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך און זײַנע שטאַנגען, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; און דעם טירפֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון מישכּן; 16דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 17די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף; 18די פֿלעקלעך פֿון מישכּן, און די פֿלעקלעך פֿון הױף, און זײערע שטריק; 19די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרֹן דעם כּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.

20און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר משהן. 21און זײ זײַנען געקומען, איטלעכער אײנער װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן, און איטלעכער װאָס זײַן גײַסט האָט אים באַװיליקט; זײ האָבן געבראַכט די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳, פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און פֿאַר זײַן גאַנצן דינסט, און פֿאַר די הײליקע קלײדער. 22און עס זײַנען געקומען מענער מיט װײַבער, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק; זײ האָבן געבראַכט נאָזרינגען, און אױרינגען, און פֿינגערלעך, און האַלדזבענדער – אַלערלײ גילדערנע זאַכן; איטלעכער אײנער װאָס האָט אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿון גאָלד צו ה׳. 23און איטלעכער אײנער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר, און רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תּחש-פֿעלן, האָט געבראַכט. 24איטלעכער װאָס האָט אָפּגעשײדט אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון זילבער און קופּער, האָט געבראַכט די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳; און איטלעכער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען שִטים-האָלץ פֿאַר אַלערלײ מלאָכות פֿון דער אַרבעט, האָט געבראַכט. 25און אַלע קלוגהאַרציקע װײַבער האָבן מיט זײערע הענט געשפּונען, און האָבן געבראַכט דאָס געשפּינס, די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען. 26און אַלע װײַבער װאָס זײער האַרץ האָט זײ געטריבן מיט חכמה, האָבן געשפּונען די ציגנהאָר. 27און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די אָניקלשטײנער, און די שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן; 28און די בשׂמים, און דאָס אײל, פֿאַר לײַכטונג, און פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן. 29די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געבראַכט פֿרײַװיליקע נדבֿות צו ה׳ – איטלעכער מאַן און פֿרױ װאָס זײער האַרץ האָט זײ באַװיליקט צו ברענגען פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן צו מאַכן.

30און משה האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: זעט, ה׳ האָט גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה. 31און ער האָט אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים, אין חכמה, אין פֿאַרשטאַנדיקײט, און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה; 32און אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 33און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער קונציקער מלאָכה. 34אױך צו לערנען אַנדערע האָט ער אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן, אים, און אָהליאָבֿ דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן. 35ער האָט זײ אָנגעפֿילט מיט קלוגהאַרציקײט צו מאַכן יעטװעדער מלאָכה פֿונעם מײַנסטער, און פֿונעם קינצלער, און פֿונעם שטיקער אין בלאָער װאָל און אין פּורפּל, אין װערמילרױט און אין לײַנען און פֿונעם װעבער – פֿון די װאָס מאַכן אַלערלײ מלאָכות, און קינצלען אױס קונציקע זאַכן.

Brit Chadasha Footnote2 Corinthians 8 →

1און מיר לאזן אייך וויסן, ברידער, דעם חסד פון ה׳, וואס איז געגעבן געווארן אין די קהלות פון מאצעדאניען; 2אז אין א גרויסן נסיון פון צרות, האט די שפע פון זייער פרייד און זייער טיפע ארעמקייט איבערגעפלאסן צו אן עשירות פון זייער מילדהארציקייט. 3ווייל לויט זייערע כוחות, יא, איך זאג עדות, איבער זייערע כוחות, האבן זיי מנדב געווען, 4בעטנדיק אונדז מיט פיל תחנונים פאר דעם חסד און חברותאשאפט פון דער עבודה לטובת די קדושים; 5און נישט ווי מיר האבן געהאפט, נאר זיך אליין האבן זיי קודם כל געגעבן צום האר, און צו אונדז דורך ה׳ס רצון, 6אז מיר האבן מזהיר געווען טיטוסן, אז ווי ער האט פריער אנגעהויבן, אזוי זאל ער אויך פארענדיקן אין אייך אויך דעם דאזיקן חסד. 7יא, ווי איר האט אין אלעם א שפע, אין אמונה און אין ווארט און אין וויסן און אין יעדן פלייס און אין אייער ליבע צו אונדז, אזוי זאלט איר האבן א שפע אפילו אין דעם דאזיקן חסד. 8איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע. 9ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך. 10און אין דעם דאזיקן גיב איך מיין מיינונג; ווארום דאס איז נוצלעך פאר אייך, וועלכע האבן מיט א יאר צוריק אנגעהויבן נישט בלויז צו טאן נאר אויך צו באגערן. 11איצט אבער פארענדיקט אויך דאס טאן; אז פונקט ווי איר האט געהאט דעם חשק צום וועלן, אזוי זאל אויך זיין די פארענדיקונג פון דעם, וואס איר האט. 12ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט. 13ווארום (איך זאג) עס נישט, כדי אנדערע זאלן האבן א דערלייכטערונג און איר זאלט האבן באדריקונג, נאר אויס גלייכהייט: 14אין דער איצטיקער צייט זאל אייער שפע זיין פאר זייער נויטבאדארפטיקייט, כדי אויך זייער שפע זאל זיין פאר אייער נויטבאדארפטיקייט, אזוי, אז עס זאל זיין גלייכהייט; 15ווי עס שטייט געשריבן: דער, וואס האט פיל (געזאמלט), האט נישט געהאט איבעריק, און דער, וואס האט ווייניק (געזאמלט) האט נישט געהאט נויט. (שמות טז, יח.)

16א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן. 17ווייל ער האט טאקע אנגענומען אונדזער בקשה; נאר זייענדיק זייער אייפערדיק, איז ער פרייוויליק אוועק צו אייך. 18און מיר האבן מיטגעשיקט מיט אים דעם ברודער, וועמעס לויב אין דער גוטער בשורה (גייט) איבער אלע קהלות; 19נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג, 20אויסמיידנדיק דאס דאזיקע, אז קיינער זאל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אונדז וואס שייך דער דאזיקער רייכער מתנה, וואס ווערט פון אונדז באזארגט; 21ווארום מיר באמיען דיך (צו טאן) גוטס נישט בלויז פאר דעם האר, נאר אויך פאר מענטשן. 22און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך. 23און וואס שייך טיטוסן, איז ער מיין חבר און מיטארבעטער צווישן אייך; און וואס שייך אונדזערע ברידער, זענען זיי שליחים פון קהלות, משיחס כבוד. 24ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Exodus 34Exodus 36 ►