1און דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע, װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט פֿאַרטריבן קײן בָבֿל, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און יהוּדה, איטלעכער צו זײַן שטאָט; 2די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יֵשועַן,[1] נחֶמיָהן, שׂרָיָהן, רְעֵלָיָהן, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרן, בִגוַין, רחומען, בַעַנָהן.
די צאָל פֿון די מענער פֿון פֿאָלק יִשׂרָאֵל: 3די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק. 4די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק. 5די קינדער פֿון אָרַח, זיבן הונדערט פֿינף און זיבעציק. 6די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ[2] און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט אַכט הונדערט און צװעלף. 7די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 8די קינדער פֿון זַתּוא, נײַן הונדערט און פֿינף און פֿערציק. 9די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק. 10די קינדער פֿון בָני, זעקס הונדערט צװײ און פֿערציק. 11די קינדער פֿון בֵבֿי, זעקס הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 12די קינדער פֿון עַזגָד, טױזנט צװײ הונדערט צװײ און צװאַנציק. 13די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זעקס און זעכציק. 14די קינדער פֿון בִגוַי, צװײ טױזנט זעקס און פֿופֿציק. 15די קינדער פֿון עָדין, פֿיר הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 16די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון יחִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק. 17די קינדער פֿון בֵצָי, דרײַ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 18די קינדער פֿון יוֹרֶה, הונדערט און צװעלף. 19די קינדער פֿון חָשום, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 20די קינדער פֿון גִבָר, פֿינף און נײַנציק. 21די קינדער פֿון בֵית-לֶחֶם, הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 22די מענטשן פֿון נטוֹפֿה, זעקס און פֿופֿציק. 23די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק. 24די קינדער פֿון עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק. 25די קינדער פֿון קִריַת-יְעָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט און דרײַ און פֿערציק. 26די קינדער פֿון רָמָה און גֶבַֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק. 27די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט צװײ און צװאַנציק. 28די מענטשן פֿון בֵית-אֵל און עַי, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 29די קינדער פֿון נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק. 30די קינדער פֿון מַגביש, הונדערט זעקס און פֿופֿציק. 31די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 32די קינדער פֿון חָרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק. 33די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט פֿינף און צװאַנציק. 34די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק. 35די קינדער פֿון סנָאָה, דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק.
36די כּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ,[3] נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק. 37די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק. 38די קינדער פֿון פַּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק. 39די קינדער פֿון חָרִם, טױזנט און זיבעצן. 40די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ[4] און קַדמיאֵל, פֿון די קינדער פֿון הוֹדַוְיָה, פֿיר און זיבעציק. 41די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און צװאַנציק. 42די קינדער פֿון די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבָֿי; אין גאַנצן הונדערט נײַן און דרײַסיק.
43די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת; 44די קינדער פֿון קֵרוֹס, די קינדער פֿון סיעַהאָ, די קינדער פֿון פּדוֹן; 45די קינדער פֿון לִבֿנָה, די קינדער פֿון חַגָבֿה, די קינדער פֿון עַקובֿ; 46די קינדער פֿון חָגָבֿ, די קינדער פֿון שַלמַי, די קינדער פֿון חָנָן; 47די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר, די קינדער פֿון ראָיָה. 48די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ, די קינדער פֿון גַזָם; 49די קינדער פֿון עוּזאָ, די קינדער פֿון פֶּסַח, די קינדער פֿון בסַי; 50די קינדער פֿון אַסנָה, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿוסים; 51די קינדער פֿון בקבוק, די קינדער פֿון חַקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור; 52די קינדער פֿון בצלות, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ; 53די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסרא, די קינדער פֿון תֶּמַח; 54די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ.
55די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון הַסוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרודאָ; 56די קינדער פֿון יַעֲלָה, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל; 57די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמי.
58אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק.
59און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַח, תֵּל-חַרשאָ, *כּרובֿ, אַדָן, אִמֵר, און האָבן נישט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון יִשׂרָאֵל: 60די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק. 61און פֿון די קינדער פֿון די כּהנים: די קינדער פֿון חַבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון בַרזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון בַרזִלַי פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען.
62די דאָזיקע האָבן געזוכט זײערע יחוס-בריװ, און זײ זײַנען נישט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה. 63און דער תּירשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן נישט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז עס װעט אױפֿשטײן אַ כּהן מיט אורים-ותּומים.
64די גאַנצע עדה אין אײנעם {אֶחָד}[5] איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק; 65אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט. 66זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק; 67זײערע קעמלען, פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק.
68און טײל פֿון די רָאשֵי הָאָבוֹת, אַז זײ זײַנען געקומען אין ה׳ס הױז אין ירושָלַיִם, האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דעם הױז פֿון האלֹקים, כּדי אים אױפֿצושטעלן אױף זײַן אָרט. 69זײ האָבן געגעבן לױט זײערע כּוֹחות פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד אײן און זעכציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער פֿינף טױזנט מָנֶה, און מאַנטלען פֿאַר די כּהנים, הונדערט.
70און די כּהנים און די לוִיִים, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די נתינים, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט, און גאַנץ יִשׂרָאֵל אין זײערע שטעט.