AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Nehemiah 10
◄ Nehemiah 9
Nehemiah 10
נְחֶמְיָה 10
Nehemiah 11 ►

1 אָבער בײַ אַלעם דעם שליסן מיר אַן אָפּמאַך, און שרײַבן זיך אונטער; און אױף דעם געחתמעטן [געשריפֿטס] זײַנען אונדזערע האַרן, אונדזערע לוִיִים, אונדזערע כּהנים. 2 און אױף די געחתמעטע [געשריפֿטסן] זײַנען געװען: נחֶמיָה דער תּירשָתאָ, דער זון פֿון חכַליָהן, און צִדקִיָה; 3 שׂרָיָה, עַזַריָה, יִרמיָה; 4 פַּשחור, אַמַריָה, מַלכִּיָה; 5 חַטוש, שבֿניָה, מַלוך; 6 חָרִם, מרֵמוֹת, עוֹבַֿדיָה; 7 דָניאֵל, גִנתוֹן, ברוך; 8 משולָם, אַבֿיָה, מִיָמִן; 9 מַעַזיָה, בלגַי, שמַעיָה. דאָס זײַנען די כּהנים. 10 און די לוִיִים: יֵשועַ[1] דער זון פֿון אַזַניָהן, בנױ פֿון די קינדער פֿון חֵנָדָד, קַדמיאֵל; 11 און זײערע ברידער: שבֿניָה, הוֹדִיָה, קליטאָ, פּלאָיָה, חָנָן; 12 מיכאָ, רחוֹבֿ, חַשַבֿיָה; 13 זַכּור, שֵרֵבֿיָה, שבֿניָה; 14 הוֹדִיָה, בני, בנינו.

15 די הױפּטן פֿון דעם פֿאָלק: פּרעוֹש, פַּחַת-מוֹאָבֿ, עֵילָם, זַתּוא, בני; 16 בוני, עַזגָד, בֵבֿי; 17 אַדוֹנִיָה, בִגוַי, עָדין; 18 אָטֵר, חִזקִיָה, עַזור; 19הוֹדִיָה, חָשום, בֵצָי; 20 חָריף, עַנָתוֹת, נֵיבֿי; 21 מַגפּיעָש, משולָם, חֵזיר; 22 משֵיזַבֿאֵל, צָדוֹק, יַדועַ; 23 פּלַטיָה, חָנָן, עַנָיָה; 24 הוֹשֵעַ, חַנַניָה, חשובֿ; 25 הַלוֹחֵש, פּלחאָ, שוֹבֿק; 26 רחום, חַשַבֿנָה, מַעֲשֵׂיָה; 27 און אַחִיָה, חָנָן, עָנָן; 28 מַלוך, חָרִם, בַעַנָה.

29 און דאָס איבעריקע פֿאָלק, די כּהנים, די לוִיִים, די טױערלײַט, די זינגערס, די נתינים, און אַלע װאָס האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער צו דער תּורה פֿון האלֹקים, זײערע װײַבער, זײערע זין, און זײערע טעכטער, איטלעכער װאָס האָט געװוּסט און פֿאַרשטאַנען, 30 האָבן זיך געהאַלטן אָן זײערע ברידער, זײערע גרױסע לײַט, און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ קללה און אין אַ שבֿועה צו גײן אין דער תּורה פֿון האלֹקים װאָס איז געגעבן געװאָרן דורך דער האַנט פֿון משה דעם קנעכט פֿון ג-ט, און צו היטן און צו טאָן אַלע געבאָט פֿון ה׳ אונדזער האַר, און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים; 31 און אַז מיר זאָלן נישט געבן אונדזערע טעכטער צו די פֿעלקער פֿון לאַנד, און זײערע טעכטער נישט נעמען פֿאַר אונדזערע זין; 32 און די פֿעלקער פֿון לאַנד װאָס ברענגען סחורות און אַלערלײ תּבֿואה אין טאָג פֿון שבת צו פֿאַרקױפֿן, זאָלן מיר פֿון זײ נישט קױפֿן אום שבת אָדער אין אַ הײליקן טאָג; און אַז מיר זאָלן אָפּלאָזן דאָס פֿעלד אין זיבעטן יאָר, און איטלעכן חובֿ.

33 און מיר האָבן געשטעלט אױף אונדז אַ מִצװה, אַרױפֿצולײגן אױף זיך אַ דריטל שֶקל אַ יאָר פֿאַר דעם דינסט פֿון דאָס הױז פֿון אלוקינו, 34 פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און פֿאַר דעם שטענדיק בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון די שבתים, פֿון ראָש-חודש, פֿאַר די יוֹם-טובֿים; און פֿאַר די געהײליקטע קָרְבֳנוֹת, און פֿאַר די זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} מכַפּר צו זײַן אױף יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט פֿון דאָס הױז פֿון אלוקינו. 35 און מיר האָבן גורל געװאָרפֿן, די כּהנים, די לוִיִים, און דאָס פֿאָלק, װעגן דער גאָב פֿון האָלץ צו ברענגען אין הױז פֿון אלוקינו לױט אונדזערע פֿאָטערהײַזער אין געשטעלטע צײַטן יאָר אין יאָר, אױף צו ברענען אױף דעם מזבח פֿון ה׳ אלוקינו, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה. 36 און צו ברענגען די ערשטצײַטיקע פֿון אונדזער ערד, און די ערשטצײַטיקע פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, יאָר אין יאָר, אין הױז פֿון ה׳; 37 און די בכוֹרים פֿון אונדזערע זין, און פֿון אונדזערע בהמות, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה, און די בכוֹרים פֿון אונדזערע רינדער און אונדזערע שאָף, צו ברענגען אין הױז פֿון אלוקינו, צו די כּהנים װאָס באַדינען אין הױז פֿון אלוקינו. 38 און אַז דאָס ערשטע פֿון אונדזערע טײגמולטערס, און אונדזערע אָפּשײדונגען, און פֿון דער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, פֿון װײַן און אײל, זאָלן מיר ברענגען צו די כּהנים אין די קאַמערן פֿון דעם הױז פֿון אלוקינו; און דעם מעשׂר פֿון אונדזער ערד צו די לוִיִים; װאָרעם זײ, די לוִיִים, נעמען דעם מעשׂר אין אַלע אונדזערע אַקערשטעט. 39 און דער כּהן, דער זון פֿון אַהרֹן, זאָל זײַן מיט די לוִיִים, װען די לוִיִים נעמען מעשׂר; און די לוִיִים זאָלן אַרױפֿברענגען דעם מעשׂר פֿון מעשׂר אין הױז פֿון אלוקינו, אין די קאַמערן פֿון דעם שאַצהױז. 40 װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון לֵוִי זאָלן ברענגען די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, אין די קאַמערן װאָס דאָרטן זײַנען די זאַכן פֿון מִקדָש, און פֿון די כּהנים װאָס באַדינען, און פֿון די טױערלײַט, און פֿון די זינגערס; און מיר זאָלן נישט פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון אלוקינו.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteColossians 2 →

1ווארום איך וויל אייך מודיע זיין, וואס פאר א גרויסן ראנגלעניש איך פיר פאר אייערטוועגן, און פאר די אין לאאדיצעא, און פאר אלע, וואס האבן נישט געזען מיין פנים אינם פלייש; 2כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח, 3אין וועמען עס זענען פארבארגן אלע אוצרות פון חכמה און דערקענטעניש. 4דאס דאזיקע זאג איך, כדי קיינער זאל אייך נישט איבעררעדן מיט גלאטע רייד. 5ווארום הגם איך בין ווייט (פון אייך) אינם פלייש, דאך אינם גייסט בין איך צוזאמען מיט אייך, פרייענדיק זיך און זעענדיק אייער ארדנונג און די פעסטקייט פון אייער אמונה אין דעם משיח.

6דעריבער, ווי איר האט אנגענומען משיח יהושען/ישוען דעם האר, אזוי זאלט איר לעבט אין אים, 7איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב.

8גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן; 9ווייל אין אים וואוינט די גאנצע פולקייט פון דער ג‑טהייט קערפערלעך, 10און איר זענט אנגעפילט אין אים, וועלכער איז דער קאפ פון יעדער ממשלה און מאכט; 11אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח; 12בעת איר זענט נקבר געווארן מיט אים אין דער מקווה, אין וועלכער איר זענט אויך מיטאויפגעשטאנען דורך דעם גלויבן אין דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע. 13און אייך, וואס זענען געווען טויט אין זינד און אין דעם ערלהצושטאנד פון אייער פלייש, אייך האט ער לעבעדיק געמאכט מיט אים, מוחל זייענדיק אונדז אלע עבירות; 14אויסמעקנדיק דאס כתב מיט די געזעצן, וואס איז געווען קעגן אונדז, וואס איז געווען פיינטלעך צו אונדז, און האט עס אוועקגענומען פון אונדזער מיט, צונאגלענדיק עס צום בוים; 15און אפוואפענען די מאכטן און ממשלות, האט ער זיי געמאכט עפנטלעך צו שפאט, טריומפירנדיק איבער זיי אין אים.

16דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים; 17וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח. 18זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל, 19און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.

20אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן: 21נעם נישט אין דער האנט אריין, זיי נישט טועם, ריר נישט אָן (ציטירן ניטציטירן)— 22דאס אלץ ווערט פארדארבן דורכן געברויך—לויט די מצוות און לערנונגען פון מענטשן? 23אזעלכעס האט נאר דעם שיין פון חכמה אין א דינען פון דעם ווילן און אין א שיפלות און אין א פייניקן דאס לייב, עס האט אבער נישט קיין ווערט קעגן דער באפרידיקונג פון דעם פלייש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Nehemiah 9Nehemiah 11 ►