AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Nehemiah 12
◄ Nehemiah 11
Nehemiah 12
נְחֶמְיָה 12
Nehemiah 13 ►

1און דאָס זײַנען די כּהנים און די לוִיִים װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַן:[1] שׂרָיָה, יִרמיָה, עֶזְרָא; 2אַמַריָה, מַלוך, חַטוש; 3שכַניָה, רחום, מרֵמוֹת; 4עִדוֹא, גִנתױ, אַבֿיָה; 5מִיָמִן, מַעַדיָה, בלגָה; 6שמַעיָה, און יוֹיָריבֿ, ידַעְיָה, 7סַלו, עָמוֹק, חִלקִיָה, ידַעְיָה. די דאָזיקע זײַנען געװען די הױפּטן פֿון די כּהנים און זײערע ברידער אין די טעג פֿון יֵשועַן.[2]

8און די לוִיִים: יֵשועַ,[3] בנױ, קַדמיאֵל, שֵרֵבֿיָה, יהוּדה, מַתַּניָה אױף די לױבגעזאַנגען, ער און זײַנע ברידער. 9און בקבוקיָה, און עוני, זײערע ברידער, אַקעגן זײ אין װאַכן. 10און יֵשועַ[4] האָט געבאָרן יוֹיָקימען, און יוֹיָקים האָט געבאָרן אֶליָשיבֿן, און אֶליָשיבֿ האָט געבאָרן יוֹיָדָען, 11און יוֹיָדָע האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און יוֹנָתָן האָט געבאָרן יַדועַן.

12און אין די טעג פֿון יוֹיָקימען זײַנען געװען כּהנים הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער: פֿון שׂרָיָה, מרָיָה; פֿון יִרמיָה, חַנַניָה; 13פֿון עֶזְרָא, משולָם; פֿון אַמַריָה, יהוֹחָנָן; 14פֿון מליכו, יוֹנָתָן; פֿון שבֿניָה, יוֹסף; 15פֿון חָרִם, עַדנאָ; פֿון מרָיוֹת, חֶלקַי; 16פֿון עִדוֹא, זכַריָה; פֿון גִנתוֹן, משולָם; 17פֿון אַבֿיָה, זִכרי; פֿון מִניָמין, פֿון מוֹעַדיָה, פּלטַי; 18פֿון בלגָה, שַמוּעַ; פֿון שמַעיָה, יהוֹנָתָן; 19און פֿון יוֹיָריבֿ, מַתּנַי; פֿון ידַעְיָה, עוזי; 20פֿון סַלַי, קַלַי; פֿון עָמוֹק, עֵבֶֿר; 21פֿון חִלקִיָה, חַשַבֿיָה; פֿון ידַעְיָה, נתַנאֵל.

22פֿון די לוִיִים זײַנען אין די טעג פֿון אֶליָשיבֿן, יוֹיָדָען, און יוֹחָנָנען, און יַדועַן, פֿאַרשריבן געװאָרן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער; דעס גלײַכן פֿון די כּהנים בעת דער מלוכה פֿון דָריָוֶש פֿון פָּרַס. 23פֿון די קינדער פֿון לֵוִי זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער געװען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן, און ביז די טעג פֿון יוֹחָנָן דעם זון פֿון אֶליָשיבֿן. 24און די הױפּטן פֿון די לוִיִים זײַנען געװען: חַשַבֿיָה, שֵרֵבֿיָה, און יֵשועַ[5] דער זון פֿון קַדמיאֵלן, מיט זײערע ברידער אַקעגן זײ, אױף צו דאַנקען און צו לױבן לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט, אַ װאַך איבער אַ װאַך. 25מַתַּניָה, און בקבוקיָה, עוֹבַֿדיָה, משולָם, טַלמוֹן, עַקובֿ, זײַנען געװען היטער, טױערלײַט צו היטן בײַ די זאַמלהײַזער פֿון די טױערן. 26די דאָזיקע זײַנען געװען אין די טעג פֿון יוֹיָקים דעם זון פֿון יֵשועַ[6] דעם זון פֿון יוֹצָדָקן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָה דעם פֿירשט, און עֶזְרָא דעם כּהן, דעם שרײַבער.

27און בײַ דער באַנײַונג פֿון דער מױער פֿון ירושָלַיִם, האָט מען אױפֿגעזוכט די לוִיִים פֿון אַלע זײערע ערטער, זײ צו ברענגען קײן ירושָלַיִם כּדי צו מאַכן אַ באַנײַונג מיט שׂימחה, און מיט דאַנקגעבונגען, און מיט געזאַנג, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן. 28און די קינדער פֿון די זינגער האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אי פֿון דער געגנט אַרום ירושָלַיִם, אי פֿון די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים; 29און פֿון בֵית-גִלגָל, און פֿון די פֿעלדער פֿון גֶבַֿע און עַזמָוֶת; װאָרעם די זינגערס האָבן זיך אױפֿגעבױט דערפֿער אַרום ירושָלַיִם. 30און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און זײ האָבן גערײניקט דאָס פֿאָלק, און די טױערן, און די מױער.

31און איך האָב אַרױפֿגעבראַכט די האַרן פֿון יהוּדה אױף דער מױער; און איך האָב אײַנגעשטעלט צװײ גרױסע לױב-מחנות און הַקָפֿות רעכטס אױף דער מױער צום מיסטטױער צו. 32און הינטער זײ איז געגאַנגען הוֹשַעיָה, און אַ העלפֿט פֿון די האַרן פֿון יהוּדה; 33און עַזַריָה, עֶזְרָא, און משולָם; 34יהוּדה, און בנימין, און שמַעיָה, און יִרמיָה. 35און פֿון די קינדער פֿון די כּהנים, מיט טרומײטן: זכַריָה דער זון פֿון יוֹנָתָן דעם זון פֿון שמַעיָה, דעם זון פֿון מַתַּניָה, דעם זון פֿון מיכָיָה, דעם זון פֿון זַכּור, דעם זון פֿון אָסָפֿן; 36און זײַנע ברידער, שמַעיָה, און עַזַראֵל, מִלְלַי, גִלְלַי, מָעַי, נתַנאֵל, און יהוּדה, חַנָני, מיט די כּלֵי-זֶמֶר פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט, און עֶזְרָא דער שרײַבער זײ פֿאַרױס. 37און בײַם קװאַלטױער, און גלײַך אַקעגן זיך, זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען מיט די טרעפּ פֿון דָוִדס-שטאָט אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון דער מױער, איבער דעם הױז פֿון דָוִד, און ביז דעם װאַסערטױער צו מזרח.

38און די צװײטע לױב-מחנה איז געגאַנגען אַנטקעגן, און איך הינטער איר, מיט אַ העלפֿט פֿון פֿאָלק, אױף דער מױער, איבער דעם טורעם פֿון די אױװנס, און ביז דער ברײטער מױער; 39און איבער דעם טױער פֿון אפֿרים, און איבער דעם אַלטן טױער, און איבער דעם פֿישטױער, און דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל, און דעם טורעם פֿון הַמֵאָה, און ביז דעם שאָפֿטױער; און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַם טױער פֿון דער װאַך. 40און די צװײ לױב-מחנות האָבן זיך אױסגעשטעלט אין הױז פֿון האלֹקים, און איך, און אַ העלפֿט פֿון די פֿאָרשטײער מיט מיר; 41און די כּהנים, אֶליָקים, מַעֲשֵׂיָה, מִניָמין, מיכָיָה, אֶליוֹעֵינַי, זכַריָה, חַנַניָה, מיט טרומײטן; 42און מַעֲשֵׂיָה, און שמַעיָה, און אֶלעָזָר, און עוזי, און יהוֹחָנָן, און מַלכִּיָה, און עֵילָם, און עֵזֶר. און די זינגערס האָבן געזונגען אין דער הײך, און יִזֶרַחיָה איז געװען דער אױפֿזעער. 43און זײ האָבן געשלאַכט אין יענעם טאָג גרױסע שלאַכטאָפּפֿער, װאָרעם זײ האָבן זיך געפֿרײט, װײַל האלֹקים האָט זײ דערפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און אױך די װײַבער און די קינדער האָבן זיך געפֿרײט; און די שׂימחה פֿון ירושָלַיִם האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן.

44און אין יענעם טאָג זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן מענטשן אױף די קאַמערן פֿאַר די שאַצן, פֿאַר די אָפּשײדונגען, פֿאַר די ערשטפֿרוכטן, און פֿאַר די מעֲשׂרות, כּדי אײַנצוזאַמלען אין זײ, לױט די פֿעלדער פֿון די שטעט, די אָפּגאָבן פֿון דער תּורה פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די לוִיִים; װאָרעם יהוּדה האָט זיך געפֿרײט מיט די כּהנים און מיט די לוִיִים װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען. 45און זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון זײער ג-ט, און די היטונג פֿון רײניקונג; דעס גלײַכן די זינגערס, און די טױערלײַט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִדן און זײַן זון שלמהן. 46װאָרעם נאָך פֿון פֿאַרצײַטן, אין די טעג פֿון דָוִדן און אָסָפֿן זײַנען געװען אײבערזינגערס, און געזאַנגען פֿון לױב און דאַנק צו אלֹקים. 47און גאַנץ יִשׂרָאֵל אין די טעג פֿון זרובבֿלן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָהן, האָבן געגעבן די אָפּגאָבן פֿאַר די זינגערס און די טױערלײַט לױט דעם באַדאַרף פֿון איטלעכן טאָג; און זײ האָבן געהײליקט פֿאַר די לוִיִים, און די לוִיִים האָבן געהײליקט פֿאַר די קינדער פֿון אַהרֹן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Nehemiah 11Nehemiah 13 ►