1האָט זיך דאָס גאַנצע פֿאָלק אײַנגעזאַמלט אַזױ װי אײן מאַן אױף דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער, און זײ האָבן גערעדט צו עֶזְרָא דעם שרײַבער, צו ברענגען דאָס בוך פֿון תּוֹרת-משה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן יִשׂרָאֵל. 2און עֶזְרָא דער כּהן האָט געבראַכט די תּורה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג, מענער און װײַבער, און אַלע װאָס האָבן געקענט פֿאַרשטײן, אין ערשטן טאָג פֿון זיבעטן חודש. 3און ער האָט דערפֿון געלײענט פֿאַר דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער פֿון באַגינען ביז האַלבן טאָג, פֿאַר די מענער און די װײַבער, און די װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען; און די אױערן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק זײַנען געװען צו דעם בוך פֿון דער תּורה. 4און עֶזְרָא דער שרײַבער איז געשטאַנען אױף אַ הילצערנעם באַלמעמער װאָס מע האָט געמאַכט פֿאַר דער זאַך, און לעבן אים איז געשטאַנען מַתִּתיָה, און שֶמַע, און עַנָיָה, און אוּרִיה, און חִלקִיָה, און מַעֲשֵׂיָה, אױף זײַן רעכטער זײַט; און פֿון זײַן לינקער זײַט, פּדָיָה, און מישָאֵל, און מַלכִּיָה, און חָשום, און חַשבדָנָה, זכַריָה, משולָם. 5און עֶזְרָא האָט געעפֿנט דאָס בוך פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, װאָרעם ער איז געװען איבער דעם גאַנצן פֿאָלק; און װי ער האָט אױפֿגעעפֿנט, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿגעשטעלט. 6און עֶזְרָא האָט געלױבט ה׳ דעם גרױסן אלֹקים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט: אָמן! אָמן! מיט אױפֿגעהױבענע הענט, און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו ג-ט מיטן פּנים צו דער ערד. 7און יֵשועַ,[1] און בני, און שֵרֵבֿיָה, יָמין, עַקובֿ, שַבתַי, הוֹדִיָה, מַעֲשֵׂיָה, קליטאָ, עַזַריָה, יוֹזָבָֿד, חָנָן, פּלאָיָה, די לוִיִים, האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן די תּורה, און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען אױף זײער אָרט. 8און זײ האָבן געלײענט פֿון דער תּורה פֿון האלֹקים קלאָר, און געמאַכט שׂכלדיק און געגעבן צו פֿאַרשטײן דאָס געלײענטע.
9און נחֶמיָה, דאָס איז דער תּירשָתאָ, און עֶזְרָא דער כּהן, דער שרײַבער, און די לוִיִים װאָס האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן, האָבן געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: הײַנטיקער טאָג איז הײליק צו ה׳ אלוקיכם; איר זאָלט נישט טרױערן און נישט װײנען. װאָרעם דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געװײנט, אַז זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דער תּורה. 10און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט עסט פֿעטע שפּײַזן, און טרינקט זיסע געטראַנקען, און שיקט חלקים צו דעם װאָס בײַ אים איז נישט אָנגעגרײט, װאָרעם דער טאָג איז הײליק צו אֲדֹנֵינוּ; און איר זאָלט אײַך נישט קלעמען, װאָרעם די פֿרײד פֿון ה׳ איז אײַער שטאַרקײט. 11און די לוִיִים האָבן אײַנגעשטילט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: זײַט שטיל, װאָרעם דער טאָג איז הײליק, און איר זאָלט אײַך נישט קלעמען. 12און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געגאַנגען עסן און טרינקען, און זיך שיקן חלקים, און מאַכן אַ גרױסע שׂימחה, װאָרעם זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די װערטער װאָס מע האָט זײ געלערנט.
13און אױפֿן צװײטן טאָג האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, די כּהנים, און די לוִיִים, צו עֶזְרָא דעם שרײַבער, כּדי זיך צו קליגן אין די װערטער פֿון דער תּורה. 14און זײ האָבן געפֿונען געשריבן אין דער תּורה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זיצן אין סוכּוֹת אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון זיבעטן חודש; 15און אַז זײ זאָלן באַקאַנט מאַכן און אַרױסלאָזן אַן אױסרוף אין אַלע זײערע שטעט, און אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױס אין די בערג, און ברענגט אײלבערטצװײַגן, און אײלבױמצװײַגן, און מירטנצװײַגן, און טײטלצװײַגן, און צװײַגן פֿון געדיכטע בײמער, צו מאַכן סוכּוֹת אַזױ װי עס שטײט געשריבן. 16איז דאָס פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געבראַכט, און האָבן געמאַכט סוכּוֹת איטלעכער אױף זײַן דאַך, און אין זײערע הױפֿן, און אין די הױפֿן פֿון הױז פֿון האלֹקים, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון װאַסערטױער, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון טױער פֿון אפֿרים. 17און די גאַנצע עדה װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט האָט געמאַכט סוכּוֹת, און זײ זײַנען געזעסן אין סוכּוֹת; װאָרעם די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ נישט געטאָן פֿון די טעג פֿון יֵשועַ[2] דעם זון פֿון נון אָן ביז אױף יענעם טאָג. און עס איז געװען זײער אַ גרױסע שׂימחה. 18און ער האָט געלײענט פֿון דעם בוך פֿון ג-טס תּורה טאָג אין טאָג, פֿון ערשטן טאָג ביזן לעצטן טאָג; און זײ האָבן געמאַכט יוֹם-טובֿ זיבן טעג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ הײליקע אײַנזאַמלונג, אַזױ װי דער דין.