1און יחִזקִיָהו האָט געשיקט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און ער האָט אױך געשריבן בריװ צו אפֿרים און מנַשֶה, צו קומען אין הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח[1] צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 2און דער מלך און זײַנע האַרן און די גאַנצע עדה אין ירושָלַיִם האָבן זיך באַקלערט צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח[2] אין צװײטן חודש. 3װאָרעם זײ האָבן אים נישט געקענט מאַכן אין יענער צײַט, װײַל נישט גענוג כּהנים האָבן זיך געהאַט געהײליקט, און דאָס פֿאָלק איז נישט געװען אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם. 4און די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון מלך, און אין די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. 5און זײ האָבן באַשטימט די זאַך, אַרױסצולאָזן אַן אױסרוף אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, פֿון באֵר-שֶבַֿע און ביז דָן, צו קומען מאַכן קָרבָּן-פֶּסַח[3] צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אין ירושָלַיִם; װאָרעם מע האָט אים שױן פֿון לאַנג נישט געהאַט געמאַכט אַזױ װי עס שטײט געשריבן.
6און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען מיט בריװ פֿון דער האַנט פֿון מלך און זײַנע האַרן, דורך גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, קערט אײַך אום צו ה׳ דעם ג-ט פֿון אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל זיך אומקערן צו די אַנטרונענע װאָס זײַנען אײַך געבליבן פֿון דער האַנט פֿון די מלכים פֿון אשור. 7און איר זאָלט נישט זײַן װי אײַערע פֿאָטערס, און אַזױ װי אײַערע ברידער, װאָס האָבן געפֿעלשט אָן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ בײזװוּנדער, אַזױ װי איר זעט. 8אַצונד, זאָלט איר נישט האַרט מאַכן אײַער נאַקן אַזױ װי אײַערע עלטערן; גיט די האַנט צו ה׳, און קומט אין זײַן מִקדָש װאָס ער האָט געהײליקט אױף אײביק, און דינט ה׳ אלוקיכם, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אײַך. 9װאָרעם אַז איר װעט זיך אומקערן צו ה׳, װעלן אײַערע ברידער און אײַערע זין קריגן דערבאַרעמונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, און זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן לאַנד, װאָרעם דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק איז ה׳ אלוקיכם, און ער װעט נישט אָפּקערן דעם פָּנים פֿון אײַך, אַז איר װעט זיך אומקערן צו אים.
10און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען פֿון שטאָט דורך לאַנד אפֿרים און מנַשֶה, און ביז זבֿולון; אָבער מע האָט געלאַכט פֿון זײ און געשפּעט פֿון זײ. 11נאָר טײל פֿון אָשֵר און מנַשֶה און זבֿולון זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם. 12אױך אין יהוּדה איז געװען די האַנט פֿון האלֹקים צו געבן אײן {אֶחָד}[4] האַרץ צו טאָן דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און האַרן, לױט דעם װאָרט פֿון ה׳.
13און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אין ירושָלַיִם אַ סך פֿאָלק צו מאַכן דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות אין צװײטן חודש – זײער אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. 14און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אָפּגעטאָן די מזבחות װאָס אין ירושָלַיִם, און אַלע רײכערערטער האָבן זײ אָפּגעטאָן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין טײַך קִדרוֹן. 15און זײ האָבן געשאָכטן[5] דעם קָרבָּן-פֶּסַח[6] אין פֿערצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך געשעמט, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און געבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אין הױז פֿון ה׳. 16און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט, אַזױ װי זײער דין, לױט דער תּורה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט; די כּהנים האָבן געשפּרענגט[7] דאָס בלוט פֿון דער האַנט פֿון די לוִיִים. 17װאָרעם אַ סך זײַנען געװען אין דער אײַנזאַמלונג װאָס האָבן זיך נישט געהײליקט; דערום זײַנען די לוִיִים געװען איבער דער שעכטונג פֿון דעם קָרבָּן-פֶּסַח[8] פֿאַר איטלעכן װאָס איז נישט רײן, כּדי צו הײליקן צו ה׳. 18װײַל דאָס רובֿ פֿון דעם פֿאָלק, צומײנסט פֿון אפֿרים און מנַשֶה, יִשׂשָׂכָר און זבֿולון, האָבן זיך נישט גערײניקט; נאָר זײ האָבן געגעסן דעם קָרבָּן-פֶּסַח[9] נישט װי עס שטײט געשריבן, װײַל יחִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען אױף זײ, אַזױ צו זאָגן: ה׳ דער גוטער זאָל מכַפּר זײַן אױף 19איטלעכן װאָס האָט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן האלֹקים ה׳, דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן, הגם נישט לױט דער רײנקײט װאָס מע דאַרף בײַ הײליקײט. 20און ה׳ האָט צוגעהערט יחִזקִיָהו, און ער האָט געהײלט {רפא}[10] דאָס פֿאָלק.
21און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושָלַיִם, האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זיבן טעג מיט גרױס שׂימחה; און די לוִיִים און די כּהנים האָבן געלױבט ה׳ טאָג אין טאָג, מיט שטאַרקע כּלי־זמר צו ה׳. 22און יחִזקִיָהו האָט גערעדט צום האַרצן פֿון די לוִיִים װאָס זײַנען געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק װעגן ה׳. און זײ האָבן געגעסן די זיבן טעג פֿון יוֹם-טובֿ, און זײ האָבן געשלאַכט זִבְחֵי שלָמִים, און דאַנקאָפּפֿער ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.
23און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך באַקלערט צו מאַכן נאָך אַנדערע זיבן טעג; און זײ האָבן געמאַכט זיבן טעג אַ שׂימחה. 24װאָרעם דער מלך פֿון יהוּדה יחִזקִיָהו האָט מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און זיבן טױזנט שאָף, און די האַרן האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און צען טױזנט שאָף, און פֿיל כּהנים האָבן זיך געהײליקט. 25און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יהוּדה, און די כּהנים און די לוִיִים, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג װאָס איז געקומען פֿון יִשׂרָאֵל, און די פֿרעמדע װאָס זײַנען געקומען פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל, אָדער װאָס זײַנען געזעסן אין יהוּדה, האָבן זיך געפֿרײט. 26און עס איז געװען אַ גרױסע שׂימחה אין ירושָלַיִם, װאָרעם פֿון די טעג פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִד, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַזױ-װאָס נישט געװען אין ירושָלַיִם. 27און די כּהנים און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק, און זײער קֹול איז צוגעהערט געװאָרן, און זײער תּפֿילה איז געקומען צו זײַן הײליקער װױנונג, אין הימל.