AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezra 7
◄ Ezra 6
Ezra 7
עֶזְרָא 7
Ezra 8 ►

1און נאָך די דאָזיקע געשעענישן, אין דער מלוכה פֿון אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך פֿון פָּרַס, איז עֶזְרָא דער זון פֿון שׂרָיָה, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון חִלקִיָה, 2דעם זון פֿון שַלום, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון אַחיטובֿ, 3דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון מרָיוֹת, 4דעם זון פֿון זֶרַחיָה, דעם זון פֿון עוזי, דעם זון פֿון בוקי, 5דעם זון פֿון אַבֿישועַ, דעם זון פֿון פּינְחס, דעם זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן-גָדול – 6איז דער דאָזיקער עֶזְרָא אַרױפֿגעגאַנגען פֿון בָבֿל; און ער איז געװען אַ שרײַבער, באַהאַװנט אין תּוֹרת-משה װאָס ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט געגעבן. און דער מלך האָט אים געגעבן זײַן איטלעכע בקשה, לױט דער האַנט פֿון ה׳ זײַן ג-ט אױף אים. 7און עס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די נתינים, קײן ירושָלַיִם, אין זיבעטן יאָר פֿון מלך אַרתַּחשַסתּאָ. 8און ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם אין פֿינפֿטן חודש, װאָס איז געװען אין זיבעטן יאָר פֿון מלך. 9װאָרעם אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש איז געװען דער אָנהײב פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון בָבֿל, און אין ערשטן טאָג פֿון פֿינפֿטן חודש איז ער אָנגעקומען קײן ירושָלַיִם, לױט דער גוטער האַנט פֿון זײַן ג-ט אױף אים. 10װאָרעם עֶזְרָא האָט געקערט זײַן האַרץ צו פֿאָרשן ה׳ס תּורה, און צו טאָן, און צו לערנען אין יִשׂרָאֵל חוקים און געזעצן.

11און דאָס איז דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס דער מלך אַרתַּחשַסתּאָ האָט געגעבן עֶזְרָא דעם כּהן, דעם שרײַבער – דעם שרײַבער פֿון די װערטער פֿון ה׳ס געבאָט און זײַנע געזעצן צו יִשׂרָאֵל: 12אַרתַּחשַסתּאָ דער מלך פֿון מלכים צו עֶזְרָא דעם כּהן, דעם שרײַבער פֿון דעם געזעץ פֿון דעם ג-ט פֿון הימל, און אַזױ װײַטער. און אַצונד 13װערט פֿון מיר געגעבן אַ באַפֿעל, אַז איטלעכער װאָס באָט זיך אָן אין מײַן קיניגרײַך, פֿון דעם פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און זײערע כּהנים, און די לוִיִים, צו גײן מיט דיר קײן ירושָלַיִם, מעג גײן. 14אַזױ װי דו װערסט געשיקט פֿון דעם מלך און זײַנע זיבן יוֹעצים נאָכצופֿאָרשן װעגן יהוּדה און ירושָלַיִם, לױט דעם געזעץ פֿון דײַן ג-ט װאָס אין דײַן האַנט, 15און אַװעקצופֿירן דאָס זילבער און דאָס גאָלד װאָס דער מלך און זײַנע יוֹעצים האָבן מנדבֿ געװען צו אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס זײַן װױנונג איז אין ירושָלַיִם, 16און אַל דאָס זילבער און גאָלד װאָס דו װעסט קריגן אין דער גאַנצער מדינה בָבֿל, אין אײנעם מיט די פֿרײַװיליקע נדבֿות {קָרְבֳנוֹת} פֿון דעם פֿאָלק און די כּהנים װאָס װעלן מנדבֿ זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון זײער ג-ט װאָס אין ירושָלַיִם – 17דערום מעגסטו באַלד קױפֿן פֿאַר דעם דאָזיקן געלט אָקסן, װידערס, שעפּסן, מיט זײערע שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} און זײערע גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}, און זאָלסט זײ מקריבֿ זײַן אױף דעם מזבח פֿון אײַער ג-טס הױז װאָס אין ירושָלַיִם. 18און װאָס דיר און דײַנע ברידער װעט װױלגעפֿעלן צו טאָן מיט דעם רעשט פֿון דעם זילבער און גאָלד, מעגט איר טאָן לױט דעם װילן פֿון אלוקיכם. 19און די כּלים װאָס װערן דיר געגעבן פֿאַר דעם דינסט {פלחן}[1] פֿון דײַן ג-טס הױז, גיב איבער פֿאַר דעם ג-ט פֿון ירושָלַיִם. 20און דאָס איבעריקע װאָס איז נײטיק פֿאַר דעם הױז פֿון דײַן ג-ט װאָס דיר װעט אױסקומען אױסצוגעבן, זאָלסטו אױסגעבן פֿון דעם מלכס שאַצקאַמער. 21און פֿון מיר, מלך אַרתַּחשַסתּאָ, װערט געגעבן אַ באַפֿעל צו אַלע שאַצמײַנסטער װאָס אױף יענער זײַט טײַך, אַז אַלץ װאָס עֶזְרָא דער כּהן, דער שרײַבער פֿון דעם געזעץ פֿון דעם ג-ט פֿון הימל, װעט פֿון אײַך פֿאַרלאַנגען, זאָל אױף גיך געטאָן װערן, 22ביז הונדערט צענטנער זילבער, און ביז הונדערט קאָר װײץ, און ביז הונדערט בַת װײַן, און ביז הונדערט בַת אײל, און זאַלץ אָן אַ געשריבענער צאָל. 23אַלץ װאָס איז אױף דעם באַפֿעל פֿון דעם ג-ט פֿון הימל, זאָל ריכטיק געטאָן װערן פֿאַר דעם הױז פֿון דעם ג-ט פֿון הימל, כּדי עס זאָל נישט זײַן אַ צאָרן אױף דער מלוכה פֿון דעם מלך און זײַנע קינדער. 24אױך זײַנען מיר אײַך מוֹדיע, אַז אַלע כּהנים און לוִיִים, זינגערס, טױערלײַט, נתינים, און דינער {פלח} פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון ה׳, זאָל מען אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט, נישט טאָרן אַרױפֿלײגן אױף זײ. 25און דו עֶזְרָא, לױט דער חכמה פֿון דײַן ג-ט װאָס אין דײַן האַנט, זעץ אױף ריכטער און דײַאָנים װאָס זאָלן משפּטן דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אױף יענער זײַט טײַך, אַלע װאָס װײסן די געזעצן פֿון דײַן ג-ט; און דעם װאָס װײס נישט, זאָלט איר מאַכן װיסן. 26און דער װאָס װעט נישט טאָן דאָס געזעץ פֿון דײַן ג-ט, און דאָס געזעץ פֿון דעם מלך, זאָל גיך געטאָן װערן אױף אים אַ משפּט, ענטװעדער צום טױט, אָדער צו פֿאַרטרײַבונג, אָדער צו געלטשטראָף, אָדער צו געפֿענקעניש.

27ברוך ה׳ דער ג-ט פֿון אונדזערע עלטערן װאָס ער האָט אַזױנס אַרײַנגעגעבן אין מלכס האַרצן, צו באַשײנען דאָס הױז פֿון ה׳ װאָס אין ירושָלַיִם, 28און ער האָט מיר צוגענײגט גענאָד פֿאַר דעם מלך און זײַנע יוֹעצים, און בײַ אַלע מאַכטיקע האַרן פֿון דעם מלך. און איך האָב מיך געשטאַרקט לױט דער האַנט פֿון ה׳ מײַן ג-ט אױף מיר, און איך האָב אײַנגעזאַמלט פֿון יִשׂרָאֵל הױפּטלײַט אַרױפֿצוגײן מיט מיר.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezra 6Ezra 8 ►