AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezra 4
◄ Ezra 3
Ezra 4
עֶזְרָא 4
Ezra 5 ►

1און די פֿײַנט פֿון יהוּדה און בנימין האָבן געהערט אַז די קינדער פֿון גלות בױען אַ הֵיכל צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 2און זײ האָבן גענענט צו זרובבֿלן, און צו די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, און האָבן צו זײ געזאָגט: לאָמיר בױען מיט אײַך, װאָרעם מיר זוכן אלוקיכם אַזױ װי איר, און צו אים שלאַכטן מיר פֿון די טעג פֿון אֵסַר-חַדוֹן דעם מלך פֿון אשור, װאָס האָט אונדז אַרױפֿגעבראַכט אַהער. 3האָט צו זײ געזאָגט זרובבֿל, און יֵשועַ,[1] און די איבעריקע הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יִשׂרָאֵל: איר קערט זיך מיט אונדז נישט אָן, צו בױען אַ הױז צו אלוקינו; נײַערט מיר אַלײן װעלן בױען צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ װי כּוֹרֶש[2] דער מלך פֿון פָּרַס האָט אונדז געהײסן.

4און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט אָפּגעשלאַפֿט די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון יהוּדה, און זײ אָפּגעשראָקן פֿון בױען. 5און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ יוֹעצים, צו פֿאַרשטערן זײער כַּװָנה, אַלע טעג פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, און ביז דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָּרַס. 6און אין דער מלוכה פֿון אַחַשוֵרוֹשן, אין אָנהײב פֿון זײַן מלוכה, האָבן זײ געשריבן אַן אָנקלאָג אױף די באַװױנער פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם.

7און אין די טעג פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, האָט בשלָם, מִתרְדָת, טָבֿאֵל, און זײַנע איבעריקע חבֿרים, געשריבן צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך פֿון פָּרַס; און דאָס געשריפֿטס פֿון דעם בריװ איז געװען אין אַראַמישן כּתבֿ און אַראַמישן לשון. 8רחום דער באַפֿעלגעבער און שִמשַי דער שרײַבער האָבן געשריבן אַ בריװ אױף ירושָלַיִם צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך אַזױ – 9דענצמאָל [האָט געשריבן] רחום דער באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דער שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים, דינאָער, און אַפֿרסַתכאָער, טַרפּלאָער, אַפֿרסאָער, אַרכּװאער, בבֿלער, שושַנכאָער, דֵהיֵאָער, עֵילָמער, 10און די איבעריקע אומות װאָס דער גרױסער און גערימטער אָסנַפּר האָט אַריבערגעבראַכט, און זײ באַזעצט אין דער שטאָט שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד – 11דאָס איז דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס זײ האָבן געשיקט צו אים: – צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך, דײַנע קנעכט די מענטשן פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד 12זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז די ייִדן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דיר, זײַנען געקומען צו אונדז קײן ירושָלַיִם; זײ בױען די װידערשפּעניקע און בײזע שטאָט, און זײ פֿאַרענדיקן מױערן, און גראָבן גרונטפֿעסטן. 13אַצונד זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעלן זײ קײן אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט נישט צאָלן, און דאָס װעט ברענגען היזק דער קיניגלעכער הכנָסה. 14אַצונד, אַזױ װי מיר עסן דאָס זאַלץ פֿון דעם פּאַלאַץ, און עס איז נישט רעכט פֿאַר אונדז צוצוזען דעם אומכּבֿוד פֿון מלך, דערפֿאַר שיקן מיר און זײַנען מוֹדיע דעם מלך, 15כּדי מע זאָל נאָכזוכן אין דעם סֵפֿר-הזכרוֹנות פֿון דײַנע עלטערן; און װעסט געפֿינען אין דעם סֵפֿר-הזכרוֹנות, און װיסן, אַז די דאָזיקע שטאָט איז אַ װידערשפּעניקע שטאָט, און ברענגט היזק די מלכים און די מדינות, און מע האָט געמאַכט בונטן אין איר פֿון אײביקע טעג אָן; איבער דעם איז די דאָזיקע שטאָט חרובֿ געװאָרן. 16מיר זײַנען מוֹדיע דעם מלך, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעסטו דורך דעם מער נישט האָבן קײן חלק אױף יענער זײַט טײַך.

17האָט דער מלך געשיקט אַן ענטפֿער צו רחום דעם באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים װאָס זײַנען געזעסן אין שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: פֿריד! און אַצונד, 18דער בריװ װאָס איר האָט אונדז געשיקט, איז באַשײדלעך געלײענט געװאָרן פֿאַר מיר. 19און פֿון מיר איז געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל, און מע האָט נאָכגעזוכט און געפֿונען, אַז די דאָזיקע שטאָט האָט פֿון אײביקע טעג זיך דערהױבן אַקעגן מלכים, און אַז אין איר זײַנען געמאַכט געװאָרן װידערשפּעניקונגען און בונטן; 20און איבער ירושָלַיִם זײַנען געװען מאַכטיקע מלכים, און זי האָבן געװעלטיקט איבער גאַנץ יענער זײַט טײַך; און אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט איז זײ געצאָלט געװאָרן. 21אַצונד גיט אַ באַפֿעל צו װערן די דאָזיקע לײַט, און די דאָזיקע שטאָט זאָל נישט געבױט װערן ביז פֿון מיר װעט געגעבן װערן אַ באַפֿעל. 22און זײַט אָפּגעהיט נישט צו מאַכן קײן טָעות װעגן דעם, כּדי דער הֶזק זאָל נישט װאַקסן צום שאָדן פֿון די מלכים.

23דענצמאָל װי דער אינהאַלט פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָס בריװ איז פֿאָרגעלײענט געװאָרן פֿאַר רחומען, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע חבֿרים, אַזױ זײַנען זײ אַװעק אױף גיך קײן ירושָלַיִם צו די ייִדן, און האָבן זײ געװערט מיט מאַכט און געװאַלט. 24דענצמאָל האָט אױפֿגעהערט די אַרבעט פֿון ה׳ס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און זי איז געװען אָפּגעשטעלט ביז דעם צװײטן יאָר פֿון דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָּרַס.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 24 →

1און פינף טעג שפעטער איז דער כהן גדול חנניה אראפגעקומען מיט אייניקע זקנים, און א רעדנער, א געוויסער טערטולוס; און זענען דערשינען פארן גובערנאטאר קעגן פוילוסן. 2און ווען ער איז גערופן געווארן, האט טערטולוס אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, זאגנדיק: אז מיר געניסן פיל פרידן דורך דיר, און אז א סך פארבעסערונגען זענען געטאן געווארן צו דעם דאזיקן פאלק דורך דיין השגחה, 3(דאס) אנערקענען מיר אלעמאל און אומעטום, אָ נאבעלער פעליקס, מיט פיל דאנקבארקייט. 4נאר כדי איך זאל דיך נישט צופיל באלעסטיקן, בעט איך דיך אין דיין באשיידנקייט אונדז אויסצוהערן בקיצור. 5ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים; 6וואס ער האט אויך געמאכט א פארזוך מחלל צו זיין דאס בית המקדש; און מיר האבן אים ארעסטירט און געוואלט משפטן לויט אונדזער תורה. 7נאר ליזיאס דער הויפטמאן איז געקומען און מיט געוואלד אים ארויסגעריסן פון אונדזערע הענט, 8באפעלנדיק זיינע באשולדיקער צו קומען צו דיר; פון וועמען, נאך א חקירה ודרישה, דו וועסט זיך קענען דערוויסן, אלע די דאזיקע זאכן, וועגן וועלכע מיר באשולדיקן אים. 9און די יידן האבן מסכים געווען, זאגנדיק, אז עס איז אזוי.

10און פוילוס האט געענטפערט, נאך דעם ווי דער גובערנאטאר האט אים געגעבן א צייכן צו רעדן. וויסנדיק, אז דו ביסט שוין פון כמה יארן א שופט ביים דאזיקן פאלק, פארטיידיק איך מיך מיט גוטן מוט; 11ווייל דו קענסט זיך דערוויסן, אז עס איז נישט מער ווי צוועלף טעג, זינט איך בין ארויפגעגאנגען קיין ירושלים, זיך צו בוקן צו ה׳; 12און נישט האבן זיי מיך געפונען האלטנדיק א וויכוח מיט עמיצן אדער מאכנדיק א מחלוקה ביים המון אינם בית המקדש, נישט אין די שולן, נישט אין דער שטאט, 13און זיי קענען דיר אפילו נישט באווייזן דאס, וועגן וועלכן זיי באשולדיקן מיך איצט. 14נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים; 15און האב א האפענונג צו ה׳, וועלכע זיי אליין דערווארטן, אז עס וועט זיין א תחית המתים פון צדיקים און רשעים. 16דעריבער באמי איך מיך תמיד צו האבן א לויטער געוויסן פאר ה׳ און פאר לייטן. 17און נאך פיל יארן בין איך געקומען צו ברענגען נדבות צו מיין פאלק, און קרבנות; 18מיט וועלכע זיי האבן מיך געפונען, נאך דעם ווי איך האב מיך געהייליקט אינם בית המקדש, נישט מיט קיין המון מענטשן און נישט מיט קיין געטומל; נאר עס זענען דא אייניקע יידן פון (קליין) אזיען, 19וועלכע וואלטן געדארפט דערשיינען פאר דיר און מאכן א באשולדיקונג, אויב זיי האבן עפעס קעגן מיר. 20אדער זאלן די דאזיקע (מענטשן) אליין זאגן, וואס פאר אן אומגערעכטיקייט זיי האבן געפונען אין מיר, בשעת איך בין געשטאנען פארן סנהדרין, 21אחוץ וועגן דעם דאזיקן איינעם ווארט, וואס איך האב אויסגעשריגן, שטייענדיק צווישן זיי: וועגן תחית המתים ווער איך היינט געמשפט פון אייך.

22פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך. 23און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.

24און אין אייניקע טעג ארום איז פעליקס געקומען מיט זיין פרוי דרוסילא, וועלכע איז געווען א יידישקע, און געלאזט רופן פוילוסן, און אים אויסגעהערט וועגן דער אמונה (דרך ה׳) אינם משיח יהושע/ישוע. 25און בשעת ער האט גערעדט וועגן צדקות, און נצחון איבער יצר הרע, און דעם משפט לעתיד לבוא (יום הדין), האט פעליקס זיך געפארכטן, און געענטפערט: איצט גיי דיר שוין; און ווען איך וועל האבן א באקוועמערע צייט, וועל איך דיך ווידער לאזן רופן. 26צוגלייך האט ער אויך געהאפט, אז עס וועט אים געגעבן ווערן געלט פון פוילוסן, כדי ער זאל אים באפרייען, צוליב דעם האט ער אויך עפטערס געלאזט שיקן נאך אים און מיט אים גערעדט. 27און ווען צוויי יאר זענען פארפלאסן, האט פעליקס באקומען פארציוס פעסטוסן צום נאכפאלגער; און וועלנדיק ארויסווייזן די יידן א חסד, האט פעליקס איבערגעלאזט פוילוסן אין תפיסה.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezra 3Ezra 5 ►