AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Nehemiah 5
◄ Nehemiah 4
Nehemiah 5
נְחֶמְיָה 5
Nehemiah 6 ►

1און עס איז געװען אַ גרױס געשרײ פֿון דעם פֿאָלק און זײערע װײַבער אױף זײערע ברידער, די יהודים. 2און עס זײַנען געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר מיט אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער זײַנען פֿיל; טאָ לאָמיר קריגן תּבֿואה, כּדי מיר זאָלן עסן און לעבן. 3און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער און אונדזערע הײַזער פֿאַרזעצן מיר; לאָמיר קריגן תּבֿואה, פֿון װעגן דעם הונגער. 4און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר האָבן געליען געלט פֿאַר דעם מלכס אָפּצאָל אױף אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער. 5און אַצונד, אונדזער פֿלײש איז דאָך אַזױ װי דאָס פֿלײש פֿון אונדזערע ברידער, אונדזערע קינדער אַזױ װי זײערע קינדער, און אָט מוזן מיר באַצװינגען אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער פֿאַר קנעכט, און טײל פֿון אונדזערע טעכטער זײַנען שױן באַצװוּנגען, און אונדזער האַנט איז אָן כּוֹח, און אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער געהערן צו אַנדערע.

6האָט מיך זײער פֿאַרדראָסן װי איך האָב געהערט זײער געשרײ און די דאָזיקע װערטער. 7און מײַן האַרץ האָט זיך באַקלערט אין מיר, און איך האָב זיך געקריגט מיט די אַדללײַט און מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױף װאָכער לײַט איר איטלעכער זײַן ברודער? און איך האָב געמאַכט אַקעגן זײ אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. 8און איך האָב צו זײ געזאָגט: מיר האָבן אױסגעקױפֿט אונדזערע ברידער פֿון יהוּדה {יְהוּדִים} װאָס זײַנען פֿאַרקױפֿט געװען צו פֿעלקער, װי װײַט מיר האָבן געקענט, און איר װילט גאָר פֿאַרקױפֿן אײַערע ברידער, און זײ זאָלן זיך פֿאַרקױפֿן צו אונדז? האָבן זײ געשװיגן און נישט געפֿונען קײן װערטער. 9און איך האָב געזאָגט: נישט גוט איז די זאַך װאָס איר טוט; דאַרפֿט איר נישט גײן אין מורא פֿאַר אלוקינו, אױס חרפּה פֿאַר די פֿעלקער אונדזערע פֿײַנט? 10איך אױך, מײַנע ברידער און מײַנע יונגען, האָבן זײ געליען געלט און תּבֿואה. לאָמיר, איך בעט אײַך, אָפּלאָזן דעם דאָזיקן חובֿ. 11גיט זײ אָפּ, איך בעט אײַך, הײַנט זײערע פֿעלדער, זײערע װײַנגערטנער, זײערע אײלבערטגערטנער, און זײערע הײַזער, און די הונדערטן זילבערשטיק, און די תּבֿואה, דעם װײַן, און דאָס אײל, װאָס איר מאָנט פֿון זײ. 12האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן אָפּגעבן, און מיר װעלן פֿון זײ נישט פֿאַרלאַנגען; מיר װעלן אַזױ טאָן װי דו זאָגסט. האָב איך גערופֿן די כּהנים, און איך האָב זײ באַשװאָרן צו טאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג. 13אױך האָב איך אױסגעטרײסלט מײַן שױס, און האָב געזאָגט: אַזױ זאָל האלֹקים אױסטרײסלען יעטװעדער מאַן װאָס װעט נישט מקײם זײַן דעם דאָזיקן צוזאָג, פֿון זײַן הױז, און פֿון זײַן מי, און אַזױ זאָל ער זײַן אױסגעטרײסלט און לײדיק. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געזאָגט: אָמן! און זײ האָבן געלױבט ה׳. און דאָס פֿאָלק האָט געטאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג.

14אױך האָב איך און מײַנע ברידער, פֿון דעם טאָג אָן װאָס מע האָט מיר באַפֿױלן צו זײַן זײער פֿירשט אין לאַנד יהוּדה, פֿון דעם צװאַנציקסטן יאָר און ביזן צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָ, צװעלף יאָר, נישט געגעסן די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט. 15און די פֿריִערדיקע פֿירשטן װאָס פֿאַר מיר האָבן באַשװערט אױפֿן פֿאָלק, און זײ האָבן גענומען פֿון זײ פֿאַר ברױט און װײַן, אַחוץ פֿערציק שקָלים זילבער; אױך האָבן זײערע יונגען געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק. אָבער איך האָב נישט געטאָן אַזױ, פֿון יִרְאַת אלֹקים. 16און אױך בײַ דער אַרבעט פֿון דער דאָזיקער מױער האָב איך צוגעלײגט אַ האַנט, הגם קײן פֿעלד האָבן מיר נישט געקױפֿט; און אַלע מײַנע יונגען זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט דאָרטן בײַ דער אַרבעט. 17און די ייִדן, און די פֿאָרשטײער, הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און די װאָס זײַנען צו אונדז געקומען פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אונדז, זײַנען געװען בײַ מײַן טיש. 18און װאָס איז צוגעגרײט געװאָרן פֿאַר אײן טאָג, איז געװען: אײן אָקס, זעקס געקליבענע שאָף; אױך עוֹפֿות זײַנען צוגעגרײט געװאָרן בײַ מיר; און אַלע צען טעג אַלערלײ װײַן לרובֿ. און פֿון דעסט װעגן האָב איך נישט פֿאַרלאַנגט די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט, װײַל דער דינסט איז געװען שװער אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק. 19דערמאָן מיר, ג-ט מײַנער, צום גוטן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק.

Brit Chadasha FootnoteMatthew 18 →

1אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים? 2און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, 3און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים! 4דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים. 5און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף. 6ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים. 7וויי צו דער וועלט מחמת די מיכשולים! מחמת שטרויכלונגען מוזן קומען; נאר וויי איז צו דעם מענטשן, דורך וועמען דאס מיכשול קומט! 8און אויב דיין האנט אדער דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ, און ווארף אים אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן לאם אדער הינקענדיק, ווי צו האבן ביידע הענט אדער ביידע פיס און געווארפן צו ווערן אין דעם אייביקן פייער אריין. 9און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס ארויס און ווארף עס אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין דעם גיהנום פון פייער. 10גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. 11(מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.) 12וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע? 13און ווען עס טרעפט זיך, אז ער געפינט זי, באמת זאג איך אייך, ער פריידט זיך מער מיט איר, ווי מיט די ניין און ניינציק, וואס זענען נישט פארבלאנדזשעט געווארן. 14אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.

15ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין. 16וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן. 17און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער. 18באמת זאג איך אייך, וואס איר וועט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל, און וואס איר וועט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל. 19ווייטער זאג איך אייך, אויב צוויי פון אייך וועלן מסכים זיין אויף דער ערד וואס שייך וועלכע עס איז זאך, אויף וואס זיי ווילן בעטן, וועט עס זיי געטאן ווערן פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. 20מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.

21דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל? 22זאגט יהושע/ישוע צו אים: איך זאג דיר נישט, ביז צום זיבעטן מאל; נאר, ביז צום זיבעציקסטן מאל זיבעטן מאל! 23דערפאר איז דאס מלכות השמים געגליכן צו א מלך, וואס האט געוואלט מאכן א חשבון מיט זיינע קנעכט. 24און ווי ער האט אנגעהויבן צו רעכענען, האט מען געברענגט פאר אים איינעם, וועלכער איז שולדיק געווען צען טויזנט טאלאנטן. 25און ווייל ער האט נישט געהאט צו באצאלן, האט זיין האר באפוילן, אז מען זאל אים פארקויפן מיט זיין ווייב און קינדער און אלץ, וואס ער האט, און עס זאל באצאלט ווערן. 26דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן! 27און דער האר פון יענעם קנעכט האט זיך דערבארמט אויף אים, און האט אים געלאזט גיין, און אים מוחל געווען דעם חוב. 28ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק! 29דאן איז זיין מיטקנעכט אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר באצאלן! 30ער אבער האט נישט געוואלט, נאר איז אוועקגעגאנגען און האט אים אריינגעווארפן אין תפיסה, ביז ער וועט האבן באצאלט, וואס ער איז שולדיק געווען. 31דעריבער ווען זיינע מיטקנעכט האבן געזען, וואס דא איז געשען, האבן זיי זיך שטארק מצער געווען, און זענען געקומען און דערציילט זייער האר אלץ, וואס האט פאסירט. 32דעמאלט האט זיין האר אים גערופן צו זיך, און זאגט צו אים: דו געמיינער קנעכט! יענעם גאנצן חוב האב איך דיר פארגעבן, ווייל דו האסט מיך געבעטן; 33האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט? 34און זיין האר איז צארנדיק געווארן, און האט אים איבערגעגעבן צו די פייניקער, ביז ער וועט באצאלן אלץ, וואס ער איז אים שולדיק. 35פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Nehemiah 4Nehemiah 6 ►