AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Nehemiah 13
◄ Nehemiah 12
Nehemiah 13
נְחֶמְיָה 13
1 Chronicles 1 ►

1אין יענעם טאָג איז געלײענט געװאָרן פֿון דעם בוך פֿון משהן אין די אױערן פֿון פֿאָלק, און עס איז געפֿונען געװאָרן געשריבן דערין, אַז אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון אלֹקים ביז אױף אײביק, 2װײַל זײ זײַנען נישט אַקעגנגעקומען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט ברױט און מיט װאַסער, און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ בִלעָמען זײ צו שילטן, נאָר אלוקינו האָט פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה. 3און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט די תּורה, אַזױ האָבן זײ אָפּגעשײדט יעטװעדער מישונג פֿון יִשׂרָאֵל.

4און פֿאַר דעם האָט אֶליָשיבֿ דער כּהן װאָס איז געװען געשטעלט איבער די קאַמערן פֿון דעם הױז פֿון אלוקינו, אַ קרובֿ פֿון טוֹבֿיָהן, 5געהאַט געמאַכט פֿאַר אים אַ גרױסע קאַמער, דאָרט װוּ מע האָט פֿריער אַװעקגעלײגט דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, דעם װײַרעך, און די כּלים, און דעם מעשׂר פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, װאָס איז באַפֿױלן פֿאַר די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿאַר די כּהנים. 6און בעת דעם אַלעם בין איך נישט געװען אין ירושָלַיִם, װאָרעם אין צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, דעם מלך פֿון בָבֿל, בין איך אַװעק צום מלך, און ערשט נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג האָב איך זיך אָפּגעבעטן בײַם מלך. 7און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָב געמערקט דאָס בײז װאָס אֶליָשיבֿ האָט געטאָן פֿון טוֹבֿיָהס װעגן, אים צו מאַכן אַ קאַמער אין די הױפֿן פֿון הױז פֿון האלֹקים. 8און מיך האָט זײער געערגערט, און איך האָב אַרױסגעװאָרפֿן אַלע זאַכן פֿון טוֹבֿיָהס הױז דרױסן פֿון דער קאַמער. 9און איך האָב געהײסן, און מע האָט גערײניקט די קאַמערן, און איך האָב אומגעקערט אַהין די כּלים פֿון הױז פֿון האלֹקים, דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און דעם װײַרעך.

10און איך האָב זיך דערװוּסט אַז די אָפּגאָבן פֿון די לוִיִים זײַנען נישט געגעבן געװאָרן, און די לוִיִים און די זינגערס װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, זײַנען צעלאָפֿן איטלעכער צו זײַן פֿעלד. 11האָב איך זיך געקריגט מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב געזאָגט: פֿאַר װאָס איז פֿאַרלאָזן געװאָרן דאָס הױז פֿון האלֹקים? און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט, און האָב זײ געשטעלט אױף זײער אָרט. 12און גאַנץ יהוּדה האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון תּבֿואה, און אײל, און װײַן, אין די שאַצקאַמערן. 13און איך האָב געמאַכט פֿאַר שאַצמײַנסטער איבער די שאַצקאַמערן, שֶלֶמיָה דעם כּהן, און צָדוֹק דעם שרײַבער, און פּדָיָהן פֿון די לוִיִים, און זײ צו דער האַנט, חָנָן דעם זון פֿון זַכּור דעם זון פֿון מַתַּניָהן, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַררעכנט פֿאַר באַגלױבטע; און אױף זײ איז געלעגן אױסצוטײלן צו זײערע ברידער. 14געדענק מיר, ג-ט מײַנער, פֿאַר דעם, און לאָז נישט אָפּגעמעקט װערן מײַנע גוטע זאַכן װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, און פֿאַר זײַנע װאַכן.

15אין יענע טעג האָב איך געזען אין יהוּדה װי מע טרעט קעלטערן אום שבת, און מע ברענגט אַרײַן די סטױגן, און מע לאָדט אָן אױף אײזלען, און אױך װײַן, טרױבן, און פֿײַגן, און אַלערלײ משׂא, און מע ברענגט אין ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת; און איך האָב זײ געװאָרנט אין דעם טאָג װאָס זײ האָבן פֿאַרקױפֿט שפּײַז. 16אױך די צוֹרים װאָס האָבן געװױנט אין איר, פֿלעגן ברענגען פֿיש און אַלערלײ סחוֹרה, און פֿאַרקױפֿן אום שבת צו די קינדער פֿון יהוּדה, און אין ירושָלַיִם. 17האָב איך זיך געקריגט מיט די אַדללײַט פֿון יהוּדה, און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלעכטע זאַך װאָס איר טוט, און פֿאַרשװעכט דעם טאָג פֿון שבת? 18האָבן נישט אַזױ געטאָן אײַערע עלטערן, און אלוקינו האָט געבראַכט דאָס דאָזיקע גאַנצע בײז אױף אונדז, און אױף דער דאָזיקער שטאָט? און איר מערט נאָך גרימצאָרן אױף יִשׂרָאֵל, מחַלל שבת צו זײַן?

19און עס איז געװען, װי די טױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן אָנגעהױבן װערן טונקל פֿאַר שבת, אַזױ האָב איך געהײסן, און די טירן זײַנען פֿאַרשלאָסן געװאָרן, און איך האָב אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל זײ נישט עפֿענען ביז נאָך שבת; און פֿון מײַנע יונגען האָב איך געשטעלט בײַ די טױערן, אַז קײן משׂא זאָל נישט אַרײַנקומען אין טאָג פֿון שבת. 20און די הענדלער און די פֿאַרקױפֿער פֿון אַלערלײ סחוֹרה האָבן גענעכטיקט דרױסן פֿון ירושָלַיִם אײן מאָל און צװײ מאָל. 21האָב איך זײ געװאָרנט, און האָב צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס נעכטיקט איר לעבן דער מױער? אַז איר װעט עס טאָן אַ צװײט מאָל, װעל איך לײגן אַ האַנט אױף אײַך. פֿון יענער צײַט אָן זײַנען זײ נישט געקומען אום שבת. 22און איך האָב אָנגעזאָגט די לוִיִים, אַז זײ זאָלן זיך רײניקן, און קומען היטן די טױערן, כּדי צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת. דאָס אױך געדענק מיר, ג-ט מײַנער, און באַשיץ מיך לױט דײַן גרױס גענאָד.

23אױך האָב איך אין יענע טעג געזען ייִדן װאָס האָבן גענומען אַשדוֹדישע, עַמוֹנישע, מוֹאָבֿישע װײַבער. 24און זײערע קינדער האָבן האַלב גערעדט אַשדוֹדיש און האָבן נישט געקענט רעדן יהוּדיש, נײַערט לױט דעם לשון פֿון דעם פֿאָלק אָדער יענעם. 25האָב איך זיך געקריגט מיט זײ, און איך האָב זײ געשאָלטן, און איך האָב געשלאָגן עטלעכע פֿון זײ, און זײ געריסן פֿאַר די האָר. און איך האָב זײ באַשװאָרן בײַ אלֹקים: איר זאָלט נישט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און נישט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר אײַערע זין אָדער פֿאַר אײַך אַלײן. 26האָט נישט װעגן דעם זיך פֿאַרזינדיקט שלמה דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס צװישן די פֿיל פֿעלקער איז נישט געװען אַ מלך אַזאַ װי ער, און ער איז געװען באַליבט בײַ זײַן ג-ט, און ג-ט האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל? אַפֿילו אים האָבן די פֿרעמדע װײַבער געמאַכט זינדיקן. 27און מיר זאָלן זיך צוהערן צו אײַך צו טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, צו פֿעלשן אָן אלוקינו, צו נעמען פֿרעמדע װײַבער?

28און אײנער פֿון די זין פֿון יוֹיָדָע דעם זון פֿון אֶליָשיבֿ דעם כּהן-גָדול איז געװען אַן אײדים פֿון סַנבֿלַט דעם חוֹרוֹני, און איך האָב אים אַװעקגעיאָגט פֿון מיר. 29געדענק זײ, ג-ט מײַנער, פֿאַר די פֿאַראומװערדיקונגען פֿון דער כּהונה, און פֿון דעם ברית פֿון דער כּהונה און די לוִיִים.

30אַזױ האָב איך זײ גערײניקט פֿון אַלעם פֿרעמדן, און איך האָב אײַנגעשטעלט די װאַכן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די לוִיִים, איטלעכן אױף זײַן אַרבעט; 31און אױף צו ברענגען האָלץ אין געשטעלטע צײַטן, און פֿאַר די ערשטצײַטיקע פֿרוכטן.

דערמאָן דאָס מיר, ג-ט מײַנער, צום גוטן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Nehemiah 121 Chronicles 1 ►