1און עס איז געװען, װי די מױער איז געװען אױפֿגעבױט, אַזױ האָב איך אַרײַנגעשטעלט די טירן, און די טױערלײַט און די זינגערס און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן. 2און איך האָב געגעבן מײַן ברודער חַנָנין, און חַנַניָה דעם הױפּטמאַן פֿון דער פֿעסטונג, דעם באַפֿעל איבער ירושָלַיִם; װאָרעם ער איז געװען אַן אמתער מענטש, און אַ ירא אלֹקים פֿון אַ סך. 3און איך האָב זײ אָנגעזאָגט: די טױערן פֿון ירושָלַיִם זאָלן נישט געעפֿנט װערן ביז די זון װערט הײס, און װען מע איז נאָך אױף, זאָלן זײ צומאַכן די טירן; און פֿאַרריגלט זײ; און מע זאָל שטעלן װאַכן פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, איטלעכן אױף זײַן װאַך, און איטלעכן אַקעגן זײַן הױז. 4און די שטאָט איז געװען ברײט און גרױס, און דאָס פֿאָלק דערין װינציק, און קײן הײַזער זײַנען נישט געװען געבױט.
5און מײַן ג-ט האָט אַרײַנגעגעבן אין מײַן האַרצן, און איך האָב אײַנגעזאַמלט די אַדללײַט, און די פֿאָרשטײער, און דאָס פֿאָלק, זיך צו פֿאַרצײכענען לױטן יחוס, און איך האָב געפֿונען דעם יחוס-בריװ פֿון די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען צום ערשטן, און איך האָב געפֿונען געשריבן דערין:
6דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט פֿאַרטריבן, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און קײן יהוּדה, איטלעכער צו זײַן שטאָט; 7די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יֵשועַן,[1] נחֶמיָהן, עַזַריָהן, רַעַמיָהן, נַחמָנין, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרֶתן, בִגוַין, נחומען, בַעַנָהן.
די צאָל פֿון די מענער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל:
8די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק. 9די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק. 10די קינדער פֿון אָרַח, זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק. 11די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ[2] און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט און אַכט הונדערט אַכצן. 12די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 13די קינדער פֿון זַתּוא, אַכט הונדערט פֿינף און פֿערציק. 14די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק. 15די קינדער פֿון בנױ, זעקס הונדערט אַכט און פֿערציק. 16די קינדער פֿון בֵבֿי, זעקס הונדערט אַכט און צװאַנציק. 17די קינדער פֿון עַזגָד, צװײ טױזנט דרײַ הונדערט צװײ און צװאַנציק. 18די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זיבן און זעכציק. 19די קינדער פֿון בִגוַי, צװײ טױזנט זיבן און זעכציק. 20די קינדער פֿון עָדין, זעקס הונדערט פֿינף און פֿופֿציק. 21די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון חִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק. 22די קינדער פֿון חָשום, דרײַ הונדערט אַכט און צװאַנציק. 23די קינדער פֿון בֵצָי, דרײַ הונדערט פֿיר און צװאַנציק. 24די קינדער פֿון חָריף, הונדערט צװעלף. 25די קינדער פֿון גִבֿעוֹן, פֿינף און נײַנציק. 26די מענטשן פֿון בֵית-לֶחֶם און נטוֹפֿה, הונדערט אַכט און אַכציק. 27די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק. 28די מענטשן פֿון בֵית-עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק. 29די מענטשן פֿון קִריַת-יְעָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט דרײַ און פֿערציק. 30די מענטשן פֿון רָמָה און גֶבַֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק. 31די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט און צװײ און צװאַנציק. 32די מענטשן פֿון בֵית-אֵל, און עַי, הונדערט דרײַ און צװאַנציק. 33די מענטשן פֿון דער אַנדער נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק. 34די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. 35די קינדער פֿון חָרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק. 36די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק. 37די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט און אײן און צװאַנציק. 38די קינדער פֿון סנָאָהן, דרײַ טױזנט נײַן הונדערט און דרײַסיק.
39די כּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ,[3] נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק. 40די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק. 41די קינדער פֿון פַּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק. 42די קינדער פֿון חָרִם, טױזנט זיבעצן.
43די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ,[4] פֿון קַדמיאֵלן, פֿון די קינדער פֿון הוֹדוָה, פֿיר און זיבעציק. 44די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און פֿערציק. 45די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבָֿי – הונדערט אַכט און דרײַסיק.
46די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת: 47די קינדער פֿון קֵירוֹס, די קינדער פֿון סיעָא, די קינדער פֿון פּדוֹן; 48די קינדער פֿון לִבֿנָה, די קינדער פֿון חַגָבֿה, די קינדער פֿון שַלמַי; 49די קינדער פֿון חָנָן, די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר; 50די קינדער פֿון ראָיָה, די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ; 51די קינדער פֿון גַזָם, די קינדער פֿון עוּזאָ, די קינדער פֿון פֶּסַח; 52די קינדער פֿון בסַי, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿישסים; 53די קינדער פֿון בקבוק, די קינדער פֿון חַקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור; 54די קינדער פֿון בצלית, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ; 55די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסרא, די קינדער פֿון תֶּמַח; 56די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ.
57די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון סוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרידאָ; 58די קינדער פֿון יַעֲלאָ, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל; 59די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמוֹן. 60אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק.
61און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַח, תֵּל-חַרשאָ, *כּרובֿ, אַדּוֹן, און אִמֵר, און האָבן נישט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון יִשׂרָאֵל: 62די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט און צװײ און פֿערציק. 63און פֿון די כּהנים: די קינדער פֿון חַבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון בַרזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון בַרזִלַין פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען. 64די דאָזיקע האָבן געזוכט זײער יחוס-בריװ, און ער איז נישט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה. 65און דער תּירשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן נישט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז אַ כּהן װעט אױפֿשטײן מיט אורים-ותּומים.
66די גאַנצע עדה אין אײנעם איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק; 67אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט און פֿינף און פֿערציק. 68זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק; 69קעמלען פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק.
70און טײל פֿון צװישן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט. דער תּירשָתאָ האָט געגעבן פֿאַר דעם שאַץ, גאָלד טױזנט דַרכּמוֹנים, שפּרענגבעקנס פֿופֿציק, מאַנטלען פֿאַר די כּהנים פֿינף הונדערט און דרײַסיק. 71און טײל פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געגעבן פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט און צװײ הונדערט מָנֶה. 72און װאָס דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט געגעבן איז געװען: גאָלד, צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט מָנֶה, און מאַנטלען פֿאַר די כּהנים זיבן און זעכציק.
73און די כּהנים און די לוִיִים, און די טױערלײַט, און די זינגערס, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די נתינים, און גאַנץ יִשׂרָאֵל, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט. 1 8.1 און אַז דער זיבעטער חודש איז געקומען, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין זײערע שטעט.