1און די האַרן פֿון פֿאָלק זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט געװאָרפֿן גורל, צו ברענגען אײנעם פֿון צען צו זיצן אין ירושָלַיִם דער הײליקער שטאָט, און נײַן טײלן אין די שטעט. 2און דאָס פֿאָלק האָט געבענטשט אַלע מענער װאָס האָבן זיך מתנַדבֿ געװען צו זיצן אין ירושָלַיִם.
3און דאָס זײַנען די הױפּטלײַט פֿון דער מדינה װאָס זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם – און אין די שטעט פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן, איטלעכער אױף זײַן אײגנטום אין זײערע שטעט, יִשׂרָאֵל, די כּהנים, און די לוִיִים, און די נתינים, און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט; 4און אין ירושָלַיִם זײַנען געזעסן פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און פֿון די קינדער פֿון בנימין.
פֿון די קינדער פֿון יהוּדה: עַתָיָה דער זון פֿון עוּזִיָה דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון שפֿטיָה, דעם זון פֿון מַהלַלאֵלן, פֿון די קינדער פֿון פֶּרֶץ; 5און מַעֲשֵׂיָה דער זון פֿון ברוך דעם זון פֿון כָּל־חֹזֶה זון פֿון חַזָיָה זון פֿון עַדָיָה זון פֿון יוֹיָריבֿ, דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון דעם שִלוֹני. 6אַלע קינדער פֿון פֶּרֶץ װאָס זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם זײַנען געװען פֿיר הונדערט אַכט און זעכציק העלדישע לײַט.
7און דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין: סַלוא דער זון פֿון משולָם דעם זון פֿון יוֹעֵד, דעם זון פֿון פּדָיָה, דעם זון פֿון קוֹלָיָה, דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָה, דעם זון פֿון איתיאֵל, דעם זון פֿון ישַעיָהן; 8און נאָך אים גַבי, סַלַי – נײַן הונדערט אַכט און צװאַנציק. 9און יוֹאֵל דער זון פֿון זִכרין איז געװען דער אױפֿזעער איבער זײ, און יהוּדה דער זון פֿון הַסנואָהן איז געװען דער צװײטער איבער דער שטאָט.
10פֿון די כּהנים: ידַעְיָה דער זון פֿון יוֹיָריבֿן, יָכין, 11שׂרָיָה דער זון פֿון חִלקִיָה דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון מרָיוֹת, דעם זון פֿון אַחיטובֿן, דעם פֿירשט פֿון הױז פֿון האלֹקים, 12און זײערע ברידער װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿון דעם הױז – אַכט הונדערט צװײ און צװאַנציק. און עַדָיָה דער זון פֿון ירוֹחָם דעם זון פּלַליָה, דעם זון פֿון אַמצי, דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון פַּשחור, דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, 13און זײַנע ברידער, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – צװײ הונדערט צװײ און פֿערציק. און עַמַשסַי דער זון פֿון עַזַראֵל דעם זון פֿון אַחזַי, דעם זון פֿון משִלֵמוֹת, דעם זון פֿון אִמֵרן, 14און זײערע ברידער, העלדישע גיבוֹרים – הונדערט אַכט און צװאַנציק. און דער אױפֿזעער איבער זײ איז געװען זַבֿדיאֵל דער זון פֿון הַגדוֹלימען.
15און פֿון די לוִיִים: שמַעיָה דער זון פֿון חשובֿ דעם זון פֿון עַזריקָם, דעם זון פֿון חַשַבֿיָה, דעם זון פֿון בונין; 16און שַבתַי, און יוֹזָבָֿד, פֿון די הױפּטן פֿון די לוִיִים, איבער דער אױסװײניקסטער אַרבעט פֿון הױז פֿון האלֹקים; 17און מַתַּניָה דער זון פֿון מיכאָ דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון אָסָפֿן, דער ערשטער אָנצוהײבן דעם לױב-געזאַנג בײַם געבעט; און בקבוקיָה דער צװײטער צװישן זײַנע ברידער; און עַבֿדאָ דער זון פֿון שַמוּעַ דעם זון פֿון גָלָל, דעם זון פֿון ידותונען. 18אַלע לוִיִים אין דער הײליקער שטאָט זײַנען געװען צװײ הונדערט פֿיר און אַכציק.
19און די טױערלײַט: עַקובֿ, טַלמוֹן, און זײערע ברידער װאָס האָבן געהיט בײַ די טױערן – הונדערט צװײ און זיבעציק. 20און די איבעריקע יִשׂרָאֵל, כּהנים, לוִיִים, זײַנען געװען אין אַלע שטעט פֿון יהוּדה, איטלעכער אױף זײַן נחלה. 21און די נתינים זײַנען געזעסן אין עוֹפֿל; און ציחאָ און גִשפּאָ זײַנען געװען איבער די נתינים.
22און דער אױפֿזעער פֿון די לוִיִים אין ירושָלַיִם איז געװען עוזי דער זון פֿון בני דעם זון פֿון חַשַבֿיָה, דעם זון פֿון מַתַּניָה, דעם זון פֿון מיכאָן, פֿון די קינדער פֿון אָסָף, די זינגערס, איבער דער װירטשאַפֿט פֿון הױז פֿון האלֹקים. 23װאָרעם אַ באַפֿעל פֿון מלך איז געװען װעגן זײ, און אַ פֿעסטע באַשטימונג װעגן די זינגערס, לױט דעם באַדאַרף פֿון איטלעכן טאָג. 24און פּתַחיָה דער זון פֿון משֵיזַבֿאֵלן, פֿון די קינדער פֿון זֶרַח דעם זון פֿון יהוּדהן, איז געװען לעבן דעם מלך פֿאַר איטלעכער זאַך פֿון פֿאָלק.
25און װעגן די דערפֿער מיט זײערע פֿעלדער: זײַנען טײל פֿון יהוּדה געזעסן אין קִריַת-אַרבע און אירע אַרומיקע ערטער, און אין דיבֿוֹן און אירע אַרומיקע ערטער, און אין יקַבֿצְאֵל און אירע דערפֿער; 26און אין יֵשועַ, און אין מוֹלָדָה, און אין בֵית-פּלֶט; 27און אין חַצַר-שועָל, און אין באֵר-שֶבַֿע און אירע אַרומיקע ערטער; 28און אין ציקלַג, און אין מכוֹנָה און אין אירע אַרומיקע ערטער; 29און אין עֵין-רִמוֹן, און אין צָרעָה, און אין יַרמות, 30זָנוֹחַ, עַדולָם, און זײערע דערפֿער, לָכיש און אירע פֿעלדער, עַזֵקָה און אירע אַרומיקע ערטער. און זײ האָבן געלאַגערט פֿון באֵר-שֶבַֿע ביז דעם טאָל פֿון הִנוֹם. 31און די קינדער פֿון בנימין, פֿון גֶבַֿע אָן, אין מִכמָש, און עַיָה, און בֵית-אֵל און אירע אַרומיקע ערטער, 32עַנָתוֹת, נוֹבֿ, עַנַניָה, 33חָצוֹר, רָמָה, גִתַּיִם, 34חָדיד, צבֿוֹעִים, נבֿלָט, 35לוֹד, און אוֹנוֹ, גֵי-חַרָשים. 36און פֿון די לוִיִים זײַנען עטלעכע אָפּטײלונגען פֿון יהוּדה אַריבער צו בנימין.