AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 8
◄ 1 Chronicles 7
1 Chronicles 8
דִבֿרֵי הַיָמִים א 8
1 Chronicles 9 ►

1און בנימין האָט געבאָרן בֶלַע זײַן בכוֹר, אַשבֵל דעם צװײטן, און אַחְרַח דעם דריטן; 2נוֹחה דעם פֿירטן, און רָפֿאָ דעם פֿינפֿטן. 3און בֶלַע האָט געהאַט זין: אַדָר, און גֵראָ, און אַבֿיהוד; 4און אַבֿישועַ, און נַעֲמָן, און אַחוֹחַ; 5און גֵראָ, און שפֿופֿן, און חורָם.

6און דאָס זײַנען די זין פֿון אֵחודן: – די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון גֶבַֿע, און מע האָט זײ פֿאַרטריבן קײן מָנַחַת; 7און נַעֲמָן, און אַחִיָה, און גֵראָ, זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן – ער האָט געבאָרן עוּזאָן, און אַחיחודן. 8און שַחרַיִם האָט געהאַט קינדער אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, נאָך דעם װי ער האָט זײ אַװעקגעשיקט – זײַנע װײַבער, חושים, און בעֲראָ. 9און ער האָט געהאַט מיט זײַן װײַב חוֹדֶשן: יוֹבֿבֿן, און צִבֿיאָן, און מֵישאָן, און מַלכָּמען; 10און יְעוצן, און שָׂכיָהן, און מִרמָהן. דאָס זײַנען געװען זײַנע זין – הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער. 11און מיט חושימען האָט ער געהאַט אַבֿיטובֿן, און אֶלפּעַלן.

12און די זין פֿון אֶלפּעַלן: עֵבֶֿר, און מִשעָם, און שֶמֶד, װאָס האָט געבױט אוֹנוֹ, און לוֹד מיט אירע טעכטערשטעט; 13און בריעָה, און שֶמַע, װאָס זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון אַיָלוֹן, די װאָס האָבן פֿאַריאָגט די באַװױנער פֿון גַת. 14און אַחיוֹ, שָשַק, און ירֵמוֹת, 15און זבֿדיָה, און עַרָד, און עֶדֶר, 16און מיכָאֵל, און יִשפּה, און יוֹחאָ, זײַנען געװען די זין פֿון בריעָהן. 17און זבֿדיָה, און משולָם, און חזקי, און חֶבֶֿר, 18און יִשמרַי, און יִזליאָה, און יוֹבֿבֿ, זײַנען געװען די זין פֿון אֶלפּעַלן. 19און יָקים, און זִכרי, און זַבֿדי, 20און אֶליעֵינַי, און צִלתַי, און אֶליאֵל, 21און עַדָיָה, און בראָיָה, און שִמרָת, זײַנען געװען די זין פֿון שִמְעִין. 22און יִשפּן, און עֵבֶֿר, און אֶליאֵל, 23און עַבֿדוֹן, און זִכרי, און חָנָן, 24און חַנַניָה, און עֵילָם, און עַנתוֹתִיָה, 25און יִפֿדְיָה, און פּנואֵל, זײַנען געװען די זין פֿון שָשַקן. 26און שַמשְרַי, און שחריָה, און עַתַליָה, 27און יַעֲרֶשיָה, און אֵלִיָה, און זִכרי, זײַנען געװען די זין פֿון ירוֹחָמען. 28די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם.

29און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה; 30און זײַן ערשטגעבאָרענער זון עַבֿדוֹן, און צוּר, און קיש, און בַעַל, און נָדָבֿ; 31און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זֶכֶר. 32און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָהן. און זײ אױך מיט זײערע ברידער זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער.

33און נֵר האָט געבאָרן קישן, און קיש האָט געבאָרן שָאולן, און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבַעַלן. 34און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל; און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מִיכָהן. 35און די זין פֿון מִיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּארֵעַ, און אָחָז. 36און אָחָז האָט געבאָרן יהוֹעַדָהן; און יהוֹעַדָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן. 37און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; זײַן זון איז געװען רָפֿה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל. 38און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבַֿדיָה, און חָנָן. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון אָצֵלן. 39און די זין פֿון זײַן ברודער עֵשֶקן: אולָם זײַן בכוֹר, יְעוש דער צװײטער, און אֶליפֶֿלֶט דער דריטער. 40און די זין פֿון אולָמען זײַנען געװען מענטשן העלדישע גיבוֹרים, בױגנשפּאַנער; און זײ האָבן געהאַט פֿיל קינדער און קינדס-קינדער – הונדערט און פֿופֿציק. די אַלע זײַנען געװען פֿון די קינדער פֿון בנימין.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 71 Chronicles 9 ►