AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Samuel 9
◄ 2 Samuel 8
2 Samuel 9
שְמוּאֵל ב 9
2 Samuel 10 ►

1און דָוִד האָט געזאָגט: איז נאָך װער דאָ װאָס איז געבליבן פֿון שָאולס הױז, אַז איך זאָל קענען טאָן מיט אים חֶסֶד פֿון יהוֹנָתָנס װעגן?

2איז געװען פֿון שָאולס הױז אַ קנעכט װאָס זײַן נאָמען איז געװען ציבֿאָ; האָט מען אים גערופֿן צו דָוִדן, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו ציבֿאָ? האָט ער געזאָגט: דײַן קנעכט! 3האָט דער מלך געזאָגט: איז נישטאָ מער עמעצער פֿון שָאולס הױז, אַז איך זאָל קענען טאָן מיט אים אַ ג-טס חֶסֶד? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: פֿאַראַן נאָך אַ זון פֿון יהוֹנָתָנען, אַ לאָמער אױף די פֿיס. 4האָט דער מלך צו אים געזאָגט: װוּ איז ער? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: זע, ער איז אין הױז פֿון מָכיר דעם זון פֿון עַמיאֵלן אין לוֹ-דבֿר. 5האָט דער מלך דָוִד געשיקט, און האָט אים צוגענומען פֿון דעם הױז פֿון מָכירן דעם זון פֿון עַמיאֵלן פֿון לוֹ-דבֿר. 6און מפֿיבֿוֹשת דער זון פֿון יהוֹנָתָן דעם זון פֿון שָאולן איז געקומען צו דָוִדן, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און האָט זיך געבוקט. האָט דָוִד געזאָגט: מפֿיבֿוֹשת! האָט ער געזאָגט: דאָ איז דײַן קנעכט. 7האָט דָוִד צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם טאָן װעל איך טאָן מיט דיר חֶסֶד פֿון דײַן פֿאָטער יהוֹנָתָנס װעגן, און איך װעל דיר אומקערן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון דײַן פֿאָטער שָאולן, און דו װעסט עסן ברױט בײַ מײַן טיש תּמיד. 8האָט ער זיך געבוקט און האָט געזאָגט: װאָס איז דײַן קנעכט, אַז דו זאָלסט זיך אומקוקן אױף אַזאַ טױטן הונט װי איך?

9און דער מלך האָט גערופֿן ציבֿאָן, שָאולס דינער, און האָט צו אים געזאָגט: אַלץ װאָס האָט געהערט צו שָאולן און צו זײַן גאַנצן הױז, האָב איך אָפּגעגעבן צו דעם זון פֿון דײַן האַר. 10און װעסט באַאַרבעטן פֿאַר אים די ערד, דו און דײַנע זין, און דײַנע קנעכט, און װעסט אַרײַנברענגען די תּבֿואה, און עס װעט זײַן פֿאַר דײַן האַרס זון ברױט צום עסן; און מפֿיבֿוֹשת דײַן האַרס זון װעט עסן ברױט בײַ מײַן טיש תּמיד – און ציבֿאָ האָט געהאַט פֿופֿצן זין און צװאַנציק קנעכט. – 11האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: אַזױ װי אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך באַפֿעלט זײַן קנעכט, אַזױ װעט דײַן קנעכט טאָן. און מפֿיבֿוֹשת – ער עסט אױך בײַ מײַן טיש אַזױ װי אײנער פֿון דעם מלכס זין.

12און מפֿיבֿוֹשת האָט געהאַט אַ קלײנעם זון װאָס זײַן נאָמען איז געװען מיכאָ. און די גאַנצע באַװױנערשאַפֿט פֿון ציבֿאָס הױז איז געװען קנעכט צו מפֿיבֿוֹשתן. 13און מפֿיבֿוֹשת איז געזעסן אין ירושָלַיִם, װאָרעם בײַם מלכס טיש האָט ער תּמיד געגעסן. און ער איז געװען אַ הינקעדיקער אױף זײַנע בײדע פֿיס.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Samuel 82 Samuel 10 ►