1און נָעמי האָט געהאַט איר מאַנס אַ קרובֿ, אַ װױלפֿאַרמעגלעכן מאַן פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען בוֹעַז.
2און רוּת די מוֹאָבֿערין האָט געזאָגט צו נָעמין: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, אין פֿעלד, און איך װעל אױפֿקלײַבן זאַנגען הינטער דעם װאָס איך װעל געפֿינען חֵן אין זײַנע אױגן. האָט זי געזאָגט צו איר: גײ, מײַן טאָכטער.
3איז זי אַװעק, און איז געקומען און האָט געקליבן אין פֿעלד הינטער די שניטערס, און אױף איר טראַף האָט זיך געטראָפֿן דאָס שטיק פֿעלד פֿון בוֹעַזן װאָס פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה. 4ערשט בוֹעַז איז אָנגעקומען פֿון בֵית-לֶחֶם, און האָט געזאָגט צו די שניטערס: ה׳ מיט אײַך! און זײ האָבן צו אים געזאָגט: בענטשן זאָל דיך ה׳! 5האָט בוֹעַז געזאָגט צו זײַן יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס: װעמעס איז די דאָזיקע יונגע פֿרױ? 6האָט געענטפֿערט דער יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס, און האָט געזאָגט: דאָס איז אַ יונגע פֿרױ אַ מוֹאָבֿערין, װאָס האָט זיך אומגעקערט מיט נָעמין פֿון דעם פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; 7און זי האָט געזאָגט: לאָמיך קלײַבן, איך בעט דיך, און אױפֿזאַמלען צװישן די גאַרבן הינטער די שניטערס; און זי איז געקומען און איז געשטאַנען פֿון זינט פֿרימאָרגן אַזש ביז אַצונד; דאָס בלײַבן אירס אין דער הײם איז בלױז געװען אַ װײַלע. 8האָט בוֹעַז געזאָגט צו רוּתן: פֿאַר װאָר, דו הערסט, מײַן טאָכטער? זאָלסט נישט גײן קלײַבן אין אַן אַנדער פֿעלד, און זאָלסט אױך נישט אַװעקגײן פֿון דאַנען; נאָר דאָ זאָלסטו זיך האַלטן מיט מײַנע מײדלעך. 9דײַנע אױגן זאָלן זײַן אױף דעם פֿעלד װאָס זײ שנײַדן, און זאָלסט גײן הינטער זײ. פֿאַר װאָר, איך האָב באַפֿױלן די יונגען, דיך נישט אָנצורירן; און אַז דיר װעט דאָרשטן, זאָלסטו גײן צו די כּלים, און טרינקען פֿון װאַנען די יונגען שעפּן.
10איז זי געפֿאַלן אױף איר פּנים, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, מיך צו דערקענען, אַז איך בין אַ פֿרעמדע? 11האָט בוֹעַז געענטפֿערט און האָט צו איר געזאָגט: דערצײלן איז מיר דערצײלט געװאָרן אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן מיט דײַן שװיגער נאָך דײַן מאַנס טױט,[1] און אַז דו האָסט פֿאַרלאָזן דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דאָס לאַנד פֿון דײַן געבאָרנשאַפֿט, און ביסט געגאַנגען צו אַ פֿאָלק װאָס דו האָסט נישט געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 12זאָל ג-ט באַצאָלן דײַן טוּונג, און דײַן שׂכר זאָל זײַן פֿאַרפֿול פֿון ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס דו ביסט געקומען זיך באַשיצן אונטער זײַנע פֿליגלען. 13האָט זי געזאָגט: לאָמיך געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן, מײַן האַר! װײַל דו האָסט מיך געטרײסט, און װײַל דו האָסט גערעדט צום האַרצן פֿון דײַן דינסט, און איך בין צו מאָל נישט װי אײנע פֿון דײַנע דינסטן.
14האָט בוֹעַז צו איר געזאָגט: אין דער צײַט פֿון עסן, גענען אַהער, און װעסט עסן פֿון דעם ברױט, און װעסט אײַנטונקען דײַן ביסן אין זױערס. און זי איז געזעסן בײַ דער זײַט פֿון די שניטערס, און מע האָט איר דערלאַנגט געברענטע זאַנגען, און זי האָט געגעסן און איז זאַט געװאָרן, און האָט נאָך איבערגעלאָזן. 15און װי זי איז אױפֿגעשטאַנען צו קלײַבן, האָט בוֹעַז באַפֿױלן זײַנע יונגען, אַזױ צו זאָגן: אױך צװישן די גאַרבן זאָל זי קלײַבן, און איר זאָלט זי נישט פֿאַרשעמען. 16און אױך אַרױסציען פֿון די בינטלעך זאָלט איר פֿאַר איר אַרױסציען, און איבערלאָזן, אַז זי זאָל אױפֿקלײַבן; און איר זאָלט נישט אָנשרײַען אױף איר.
17און זי האָט געקליבן אין פֿעלד ביזן אָװנט, און זי האָט אױסגעקלאַפּט װאָס זי האָט אָנגעקליבן, און עס איז געװען אַרום אַן אֵיפֿה גערשטן. 18און זי האָט עס גענומען און איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט. און איר שװיגער האָט געזען װאָס זי האָט אָנגעקליבן, אױך האָט זי אַרױסגענומען און איר געגעבן װאָס זי האָט איבערגעלאָזן נאָך איר זעט. 19האָט איר שװיגער צו איר געזאָגט: װוּ האָסטו געקליבן הײַנט, און װוּ האָסטו געאַרבעט? געבענטשט זאָל זײַן דער װאָס האָט זיך אומגעקוקט אױף דיר! האָט זי דערצײלט איר שװיגער בײַ װעמען זי האָט געאַרבעט, און זי האָט געזאָגט: דער נאָמען פֿון דעם מאַן װאָס איך האָב בײַ אים הײַנט געאַרבעט, איז בוֹעַז. 20האָט נָעמי געזאָגט צו איר שנור: געבענטשט זאָל ער זײַן פֿון ה׳, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד מיט די לעבעדיקע און מיט די טױטע! און נָעמי האָט צו איר געזאָגט: דער מאַן איז אונדזערער אַ נאָנטער, ער איז פֿון אונדזערע אױסלײזער.[2] 21האָט רוּת די מוֹאָבֿערין געזאָגט: ער האָט מיר אױך אָנגעזאָגט: לעבן די יונגען װאָס בײַ מיר זאָלסטו זיך האַלטן, ביז װאַנען זײ װעלן ענדיקן דעם גאַנצן שניט װאָס בײַ מיר. 22האָט נָעמי געזאָגט צו רוּת איר שנור: עס איז גוט, מײַן טאָכטער, אַז דו זאָלסט אַרױסגײן מיט זײַנע מײדלעך, און מע זאָל דיך נישט אָנטרעפֿן אין אַן אַנדער פֿעלד.
23און זי האָט זיך געהאַלטן אָן בוֹעַזעס מײדלעך, צו קלײַבן ביז צום סוף פֿון גערשטנשניט און װײצשניט. און זי איז געזעסן בײַ איר שװיגער.
1צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך; 2און אז מיר זאלן ניצול ווערן פון פארדארבענע און בייזע מענטשן; ווארום נישט אלע האבן די אמונה. 3געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז. 4און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן. 5און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.
6און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז. 7ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך; 8מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט; 9נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן. 10ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן. 11ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. 12אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט. 13איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים. 14און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען. 15דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער. 16און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.
17דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך. 18זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען!