AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ruth 3
◄ Ruth 2
Ruth 3
רוּת 3
Ruth 4 ►

1און נָעמי איר שװיגער האָט צו איר געזאָגט: מײַן טאָכטער, זאָל איך דיר נישט אױפֿזוכן אַ מוּחה װאָס זאָל גוט זײַן פֿאַר דיר? 2און אַצונד, איז נישט בוֹעַז אונדזערער אַ קרובֿ – דער װאָס דו ביסט געװען מיט זײַנע מײדלעך? אָט װינטשופֿלט ער די נאַכט דעם דרעש-שײַער גערשטן. 3זאָלסטו זיך אַרומװאַשן און באַזאַלבן, און אָנטאָן אױף דיר דײַנע קלײדער, און אַראָפּנידערן צום דרעש-שײַער; זאָלסט זיך נישט לאָזן מערקן פֿון דעם מאַן, ביז ער האָט געענדיקט עסן און טרינקען. 4און עס װעט זײַן װי ער װעט זיך לײגן, אַזױ זאָלסטו מערקן דעם אָרט װאָס ער װעט זיך דאָרטן לײגן, און זאָלסט צוקומען און אָפּדעקן זײַן צופֿוסן, און זיך אַװעקלײגן; און ער װעט דיר זאָגן װאָס דו זאָלסט טאָן. 5האָט זי צו איר געזאָגט: אַלץ װאָס דו זאָגסט מיר װעל איך טאָן.

6און זי האָט אַראָפּגענידערט צום דרעש-שײַער, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איר שװיגער האָט איר געהײסן. 7און בוֹעַז האָט געגעסן און געטרונקען, און זײַן האַרץ איז געװען פֿרײלעך, און ער איז געגאַנגען זיך לײגן אין עק פֿון דעם תּבֿואה-הױפֿן. איז זי צוגעקומען שטילערהײט, און האָט אָפּגעדעקט זײַן צופֿוסן, און האָט זיך געלײגט. 8און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, האָט דער מאַן אױפֿגעציטערט, און ער האָט זיך אױסגעדרײט, ערשט אַ פֿרױ ליגט אים צו פֿוסן. 9האָט ער געזאָגט: װער ביסטו? האָט זי געזאָגט: איך בין רוּת דײַן דינסט; און זאָלסט אױסשפּרײטן דײַן ברעג קלײד איבער דײַן דינסט, װאָרעם אַן אױסלײזער {גֹּואֵל}[1] ביסטו. 10האָט ער געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון ה׳, מײַן טאָכטער; דײַן לעצטע גוטסקײט האָסטו נאָך שענער געטאָן פֿון דער ערשטער, נישט צו גײן נאָך די בחורים, צי אָרים צי רײַך. 11און אַצונד, מײַן טאָכטער, זאָלסטו נישט מורא האָבן; אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן, װעל איך דיר טאָן, װאָרעם דער גאַנצער טױער פֿון מײַן פֿאָלק װײס אַז דו ביסט אַ װױלע פֿרױ. 12און אַצונד, יאָ אמת, אַז אַן אױסלײזער {גֹּואֵל} בין איך, אָבער פֿאַראַן אַן אױסלײזער {גֹּואֵל} נענטער פֿון מיר[2]. 13בלײַב די נאַכט, און עס װעט זײַן אין דער פֿרי, אױב ער װעט דיך אױסלײזן, איז גוט, זאָל ער אױסלײזן; אױב אָבער ער װעט דיך נישט װעלן אױסלײזן, װעל איך דיך אױסלײזן, אַזױ װי ה׳ לעבט! ליג ביז אין דער פֿרי.

14איז זי געלעגן בײַ אים צו פֿוסן ביז באַגינען, און זי איז אױפֿגעשטאַנען אײדער אײנער האָט געקענט דערקענען דעם אַנדערן; װאָרעם ער האָט געזאָגט: עס זאָל נישט דערװוּסט װערן אַז די פֿרױ איז געקומען אין דרעש-שײַער.

15און ער האָט געזאָגט: גיב אַהער דאָס טוך װאָס אױף דיר, און האַלט עס צו. האָט זי עס צוגעהאַלטן, און ער האָט אַרײַנגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן, און אַרױפֿגעטאָן אױף איר. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט.

16און זי איז געקומען צו איר שװיגער, האָט זי געזאָגט: װי איז דאָס מיט דיר, מײַן טאָכטער? האָט זי איר דערצײלט אַלץ װאָס דער מאַן האָט צו איר געטאָן. 17און זי האָט געזאָגט: די זעקס מאָס גערשטן האָט ער מיר געגעבן, װײַל ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט קומען מיט לײדיקן צו דײַן שװיגער. 18האָט זי געזאָגט: זיץ, מײַן טאָכטער, ביז װאַנען װעסט װיסן װי די זאַך װעט אױספֿאַלן, װאָרעם דער מאַן װעט נישט רוען, ביז ער האָט געענדיקט די זאַך הײַנט.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ruth 2Ruth 4 ►