1די װערטער פֿון מלך למואֵל,
אַ מוסר װאָס זײַן מוטער האָט אים געלערנט.
2נײן, מײַן זון! און נײן, זון פֿון מײַן לײַב,
און נײן, זון פֿון מײַנע נדרים;
3זאָלסט נישט אַװעקגעבן אױף װײַבער דײַן כּוֹח,
און דײַנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים.
4נישט פֿאַר מלכים, למואֵל,
נישט פֿאַר מלכים איז טרינקען װײַן,
און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!
5כּדי זײ זאָלן נישט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ,
און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע.
6גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם,
און װײַן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט.
7זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן זײַן אָרימקײט
און זײַן מאַטערניש מער נישט געדענקען.
8עפֿן דײַן מױל פֿאַר דעם שטומען,
פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײיִקע.
9עפֿן דײַן מױל, משפּט מיט גערעכטיקײט,
און טו רעכט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון.
10אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען?
און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.
11דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר,
און אים פֿעלט נישט קײן אײַנקום.
12זי טוט אים גוטס און נישט שלעכטס,
אַלע טעג פֿון איר לעבן.
13זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס,
און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט.
14זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן,
פֿון דער װײַטן ברענגט זי איר ברױט.
15און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט,
און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט,
און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.
16זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד, און קױפֿט עס,
פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װײַנגאָרטן.
17זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן,
און זי שטאַרקט אירע אָרעמס.
18זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט;
נישט פֿאַרלאָשן בײַ נאַכט װערט איר ליכט.
19אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד,
און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל.
20איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרעמאַן,
און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון.
21זי האָט נישט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ,
װאָרעם איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט.
22דעקן מאַכט זי זיך,
פֿײַנלײַנען און פּורפּל איז איר מלבוש.
23באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן,
װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד.
24אַ לײַנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט,
און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן.
25שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש,
און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג.
26איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה,
און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.
27זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז,
און זי עסט נישט דאָס ברױט פֿון פֿױלקײט.
28אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי,
איר מאַן – און ער רימט זי:
29פֿיל טעכטער האָבן אױפֿגעטאָן בריהשאַפֿט,
אָבער דו שטײַגסט זײ אַלע אַריבער.
30חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק,
אַ ג-טספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן.
31גיט איר פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט,
און זאָלן אירע מעשׂים זי רימען אין די טױערן.