AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 20
◄ Proverbs 19
Proverbs 20
מִשְׁלֵי 20
Proverbs 21 ►
1אַ שפּעטער איז דער װײַן, אַ ליאַרעמער דער טראַנק,
און איטלעכער װאָס גיט זיך אָפּ דערמיט, איז נישט קײן חכם.
2אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס אימה,
דער װאָס דערצערנט אים פֿאַרזינדיקט זײַן לעבן.
3אַ כּבֿוד פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אָפּצוהאַלטן פֿון קריג,
אָבער איטלעכער נאַר ברעכט אַרױס.
4דער פֿױלער אַקערט נישט אום װינטער,
און אין שניטצײַט בעטלט ער, און האָט גאָרנישט.
5אַ טיפֿער װאַסער איז דער מײַן אין אַ מענטשנס האַרץ,
אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט שעפּט אים אַרױס.
6דאָס רָובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער זײַן גינציקײט,
אָבער אַ געטרײַען מענטשן װער קען געפֿינען?
7אין זײַן ערלעכקײט גײט דער צדיק;
אַז װױל צו זײַנע קינדער נאָך אים!
8דער מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון משפּט,
זיפּט דורך מיט זײַנע אױגן אַל דאָס בײז.
9װער קען זאָגן: איך האָב געלײַטערט מײַן האַרץ,
איך בין רײן פֿון מײַנע זינד?
10צװײערלײ װאָגשטײנער, צװײערלײ מאָסן,
זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.
11שױן אַ ייִנגל װערט דערקענט אָן זײַנע מעשׂים,
אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז זײַן טאָן.
12דאָס אױער װאָס הערט, און דאָס אױג װאָס זעט,
זײ בײדע האָט ה׳ געמאַכט.
13זאָלסט נישט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט נישט פֿאַראָרימט װערן,
האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.
14שלעכט! שלעכט! זאָגט דער קונה,
און גײט ער אַװעק, דענצמאָל באַרעמט ער זיך.
15פֿאַראַן גאָלד און פּערל אַ סך,
אָבער די טײַערסטע צירונג זײַנען ליפּן מיט קענשאַפֿט.
16נעם צו זײַן בגד, אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן,
און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.
17זיס איז דעם מענטשן ברױט פֿון פֿאַלשקײט,
אָבער דערנאָך װערט זײַן מױל פֿול מיט זשװיר.
18געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה,
און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.
19אַ רכילות-טרײַבער אַנטפּלעקט אַ סָוד,
און מיט דעם װאָס האָט אָפֿענע ליפּן זאָלסטו זיך נישט מישן.
20דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער,
װעט זײַן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.
21אַ נחלה װאָס קומט אָן גיך אין אָנהײב,
װעט איר סוף זײַן נישט געבענטשט.
22זאָלסט נישט זאָגן: איך װעל אָפּצאָלן שלעכטס;
האָף צו ה׳, און ער װעט דיך העלפֿן.
23אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז צװײערלײ װאָגשטײנער,
און פֿון פֿאַלשע װאָגשאָלן קומט נישט קײן גוטס.
24פֿון ה׳ זײַנען דעם מענטשנס טריט,
און װאָס פֿאַרשטײט דער מענטש זײַן װעג?
25אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן: הײליק!
און נאָכן נדר איבערצוקלערן.
26אַ קלוגער מלך װינטשופֿלט די רשעים,
און ער קערט אױף זײ דעם דרעשראָד.
27אַ ליכט פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס נשמה,
עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון לײַב.
28גענאָד און אמת באַהיטן דעם מלך,
און ער האַלט-אױף מיט גענאָד זײַן טראָן.
29די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוֹח,
און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.
30װוּנדיקע בײַלן זײַנען אַ לײַטערונג פֿון בײז,
דאָס גלײַכן שלעק אינעװײניק אין לײַב.
Brit Chadasha Footnote1 Peter 3 →

1אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער, 2צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה. 3זאל אייער צירונג זיין נישט דאס אויסערלעכע באשיינונג, מיט פלעכטן די האר און מיט אנטאן זיך גאלדענע זאכן, אדער מיט אנקליידן זיך (טייערע) מלבושים; 4נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳. 5ווארום אזוי האבן זיך אויך אמאל געצירט די הייליקע פרויען, וועלכע האבן געהאפט אויף ה׳, און זענען געווען אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער; 6ווי שרה האט געהארכט אברהמען, און אים גערופן האר; וועמעס טעכטער איר זענט געווארן, ווען איר טוט גוטס און שרעקט זיך נישט אפ פון קיין שום פחד.

7אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.

8און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק; 9צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה. 10ווארום:

ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן
און זען גוטע טעג,
זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז,
און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;
11זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס,
זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
12ווייל די אויגן פון דעם האר (ג‑ט) זענען אויף די צדיקים
און זיינע אויערן צו זייער געבעט;
דאס פנים אבער פון דעם האר איז קעגן די,
וואס טאן בייז.
(תהלים לד, יג-יז.)

13און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן? 14נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן; 15דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה; 16האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח. 17ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס. 18ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט; 19אין וועלכן ער איז אויך געגאנגען און אויסגערופן צו די רוחות אין געפענקעניש, 20וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער; 21דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן; 22וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 19Proverbs 21 ►