AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Lamentations 3
◄ Lamentations 2
Lamentations 3
אֵיכָה 3
Lamentations 4 ►
1איך בין דער מאַן װאָס האָט אָנגעזען פּײַן
דורך דער רוט פֿון זײַן צאָרן.
2ער האָט מיך געפֿירט און געמאַכט גײן
אין פֿינצטערניש און נישט ליכטיקײט.
3פֿאַר װאָר, קעגן מיר װידער און װידער
קערט ער זײַן האַנט אַ גאַנצן טאָג.
4ער האָט אָפּגעצערט מײַן פֿלײש און מײַן הױט,
ער האָט צעבראָכן מײַנע בײנער.
5ער האָט מיך באַבױט, און אַרומגערינגלט
מיט גיפֿט און מיט מאַטערניש.
6ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין חושכנישן,
װי מתים פֿון לאַנג אָן.
7ער האָט מיך פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט אַרױסגײן,
ער האָט שװער געמאַכט מײַן קײט.
8אַפֿילו װען איך שרײַ און רוף,
פֿאַרשפּאַרט ער מײַן תּפֿילה.
9ער האָט פֿאַרצאַמט מײַנע װעגן מיט שטײנער,
ער האָט מײַנע שטעגן פֿאַרקרימט.
10אַ לױערדיקער בער איז ער מיר,
אַ לײב אין פֿאַרבאָרגעניש.
11ער האָט אָפּגעקערט מײַנע װעגן, און מיך צעריסן,
װיסט האָט ער מיך געמאַכט.
12ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן,
און מיך געשטעלט פֿאַר אַ ציל צו דער פֿײַל.
13ער האָט אַרײַנגעלאָזט אין מײַנע נירן,
די זין פֿון זײַן פֿײַלבײַטל.
14איך בין געװאָרן אַ געלעכטער בײַ מײַן גאַנצן פֿאָלק,
זײער שפּאָטליד אַ גאַנצן טאָג.
15ער האָט מיך אָנגעזעט מיט ביטערנישן,
מיך געזעטיקט מיט װערמוט.
16און ער האָט צעבראָכן מיט שטײנדלעך מײַנע צײן,
ער האָט מיך געװעלגערט אין אַש.
17און מײַן זעל איז פֿאַרשטױסן פֿון פֿריד,
איך האָב פֿאַרגעסן אָן גוטס.
18און איך זאָג: פֿאַרלאָרן איז מײַן שטאַרקײט,
און מײַן האָפֿענונג פֿון ה׳.
19די דערמאָנונג פֿון מײַן פּײַן און מײַן װאָגלעניש,
איז װערמוט און ביטערקרױט.
20דערמאָנען דערמאָנט זיך מײַן זעל,
און זי בײגט זיך אין מיר.
21דאָס ענטפֿער איך צו מײַן האַרצן,
דערום טו איך האַרן:
22אַז די חסָדים פֿון ה׳ זײַנען נישט אױסגעגאַנגען,
אַז נישט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות;
23זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן;
גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט.
24ה׳ איז מײַן חלק, זאָגט מײַן זעל,
דערום האָף איך צו אים.
25גוט איז ה׳ צו די װאָס האַרן אױף אים,
צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן.
26גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער
אױף דער ישועה פֿון ה׳.
27גוט איז פֿאַר אַ מענטשן,
אַז ער זאָל טראָגן דעם יאָך אין זײַן יוגנט;
28ער זאָל זיצן אַלײן און שװײַגן,
װען מע האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אים;
29ער זאָל לײגן אין אַש זײַן מױל,
אפֿשר איז אַ האָפֿענונג פֿאַראַן;
30ער זאָל געבן די באַק צו זײַן שלעגער,
ער זאָל זיך זעטן מיט שאַנד.
31װאָרעם נישט אױף אײביק פֿאַרלאָזט אֲדֹנָי;
32װאָרעם אױב ער האָט פֿאַראומערט,
דערבאַרעמט ער אָבער לױט זײַנע גרױסע חסָדים.
33װאָרעם נישט פֿון זײַן האַרצן פּײַניקט ער,
און פֿאַראומערט די מענטשנקינדער.
34צו דריקן {דכא}[1] אונטער זײַנע פֿיס
אַלע געפֿאַנגענע פֿון דער ערד,
35צו פֿאַרבײגן דעם משפּט פֿון אַ מאַן,
איז דערװידער דעם פּנים פֿון דעם עליון (אױבערשטער);
36צו קריװדען אַ מענטשן אין זײַן קריג,
דאָס װיל אֲדֹנָי נישט זען.
37װער איז דער װאָס קען הײסן, און עס זאָל געשען,
אַז אֲדֹנָי האָט נישט באַפֿױלן?
38קומט נישט פֿון אױבערשטערס מױל אַרױס
דאָס שלעכטס און דאָס גוטס?
39װאָס קען זיך באַקלאָגן אַ לעבעדיקער מענטש?
אַ מאַן בײַ אַלע זײַנע זינד?
40לאָמיר נאָכזוכן און פֿאָרשן אונדזערע װעגן,
און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳.
41לאָמיר אױפֿהײבן אונדזער האַרץ אױף די הענט
צו אֵל אין הימל.
42מיר האָבן פֿאַרבראָכן און װידערשפּעניקט;
װילסט דו נישט פֿאַרגעבן?
43האָסט זיך באַדעקט מיט צאָרן,[2] און אונדז נאָכגעיאָגט,
האָסט געהרגעט אָן רחמנות;
44האָסט זיך באַדעקט מיט אַ װאָלקן,
אַז קײן תּפֿילה זאָל נישט דורכגײן.
45קױט און מיסט האָסטו אונדז געמאַכט
צװישן די פֿעלקער.
46געעפֿנט האָבן זײער מױל אױף אונדז
אַלע אונדזערע שָׂונאים.
47אַ גרױל און אַ גרוב איז געקומען אױף אונדז,
אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך.
48בעכן װאַסער טוט רינען מײַן אױג
אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.
49מײַן אױג גיסט, און װיל זיך נישט שטילן,
אָן אַן אױפֿהער,
50ביז ה׳ פֿון הימל װעט לוגן און זען.
51מײַן אױג טוט װײ מײַן זעל,
אום אַלע טעכטער פֿון מײַן שטאָט.
52יאָגן װי אַ פֿױגל האָבן מיך געיאָגט
מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים.
53זײ האָבן פֿאַרשניטן אין גרוב מײַן לעבן,
און שטײנער האָבן זײ געװאָרפֿן אױף מיר.
54װאַסערן האָבן געפֿלײצט אױף מײַן קאָפּ,
איך האָב געזאָגט: איך בין אָפּגעשניטן {גזר}.[3]
55איך האָב גערופֿן דײַן נאָמען, ה׳,
פֿון דער אונטערשטער גרוב.
56האָסט געהערט מײַן קֹול,
זאָלסטו נישט פֿאַרהױלן דײַן אױער פֿון מײַן זיפֿץ,
פֿון מײַן געשרײ.
57האָסט גענענט אין טאָג װאָס איך פֿלעג דיך רופֿן,
האָסט געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן.
58האָסט זיך אָנגענומען, אֲדֹנָי, די קריג פֿון מײַן זעל,
האָסט אױסגעלײזט מײַן לעבן.
59האָסט געזען, ה׳, מײַן קריװדע,
משפּט מײַן משפּט.
60האָסט געזען זײער גאַנצע נקמה,
אַלע זײערע מחשבֿות אױף מיר.
61האָסט געהערט זײער לעסטערונג, ה׳,
אַלע זײערע מחשבֿות אַקעגן מיר;
62די ליפּן פֿון מײַנע פֿײַנט
און זײער טראַכטן אַקעגן מיר אַ גאַנצן טאָג.
63זע זײער זיצן און זײער שטײן –
איך בין זײער שפּאָטליד.
64זאָלסט זײ אומקערן, ה׳, אַ פֿאַרגעלטונג
לױט די מעשׂים פֿון זײערע הענט.
65זאָלסט זײ געבן האַרצדולעניש, דײַן קללה אױף זײ!
66זאָלסט זײ יאָגן מיט צאָרן,
און זײ פֿאַרטיליקן פֿון אונטער די הימלען פֿון ה׳.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Corinthians 13 →

1דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן. 2איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען; 3ווייל איר פארלאנגט א באווייז, אז דורך מיר רעדט דער משיח, וועלכער איז נישט שוואך לגבי אייך, נאר א גיבור צווישן אייך; 4ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך. 5זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע. 6איך האף אבער, אז איר וועט זיך דערוויסן, אז מיר זענען נישט קיין פארווארפענע. 7מיר זענען מתפלל צו ה׳, אז איר זאלט נישט טאן קיין שום שלעכטס; נישט כדי מיר זאלן זיך ארויסווייזן אלס באוויליקטע, נאר כדי איר זאלט טאן דאס גוטע, און מיר זאלן זיין ווי פארווארפענע. 8ווארום מיר קענען גארנישט (טאן) קעגן דעם אמת, נאר פאר דעם אמת. 9ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק. 10צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.

11צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך. 12גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש.

13אלע קדושים געבן אייך אפ שלום.

14זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Lamentations 2Lamentations 4 ►