AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 16
◄ Job 15
Job 16
אִיובֿ 16
Job 17 ►
1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2איך האָב געהערט פֿיל אַזױנס;
צרהדיקע טרײסטער זײַט איר אַלע.
3װעט זײַן אַ סוף צו די װינטיקע רײד?
אָדער װאָס שפּאַרט דיך אַז דו זאָלסט ענטפֿערן?
4איך װאָלט אױך געקענט רעדן װי איר
אַז איר װאָלט געװען אױף מײַן אָרט;
איך װאָלט געקניפּט װערטער אױף אײַך,
און געשאָקלט אױף אײַך מײַן קאָפּ.
5איך װאָלט אײַך געשטאַרקט מיט מײַן מױל,
און דער באַדױער פֿון מײַנע ליפּן װאָלט אײַך געלינדערט.
6אַז סײַ איך רעד, װערט נישט געמינערט מײַן װײטאָג,
און סײַ איך הער אױף, גײט ער פֿון מיר נישט אַװעק;
7פֿאַר װאָר, אַצונד האָט ער מיך פֿאַרמאַטערט;
האָסט צעגרױלט מײַן גאַנצע געזעלנשאַפֿט.
8און האָסט מיך צעקנײטשט –
צום עדות איז עס געװאָרן;
און מײַן מאָגערקײט שטײט אױף קעגן מיר,
מיר אין פּנים קלאָגט זי אָן.
9זײַן צאָרן האָט פֿאַרצוקט מיט פֿײַנטשאַפֿט,
ער האָט געקריצט אױף מיר מיט זײַנע צײן;
מײַן שׂונא שלײַפֿט זײַנע אױגן אױף מיר.
10מע שפּאַרט אױף דאָס מױל אױף מיר,
מיט שאַנד פּאַטשט מען מײַנע באַקן;
אין אײנעם קלײַבן זײ זיך אױף מיר.
11אֵל ענטפֿערט מיך איבער צום פֿאַרברעכער,
און אין די הענט פֿון רשעים װאַרפֿט ער מיך.
12רויִק בין איך געװען, און ער האָט מיך צעברעקלט,
און מיך אָנגענומען בײַם געניק, און מיך צעפּיצלט;
און ער האָט מיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר זײַן צילברעט.
13מיך רינגלען אַרום זײַנע שיסער,
ער שפּאַלט מײַנע נירן, און דערבאַרעמט נישט,
ער גיסט אױס צו דער ערד מײַן גאַל.
14ער צעברעכט מיך אַ בראָך אױף אַ בראָך,
ער לױפֿט קעגן מיר װי אַ קריגסמאַן.
15זאַק האָב איך אױפֿגענײט אױף מײַן הױט,
און געװעלגערט אין אַש מײַן האָרן.
16מײַן פּנים איז רױט פֿון געװײן,
און אױף מײַנע ברעמען איז שאָטן פֿון טױט,
17פֿאַר קײן אומרעכט, נישט אין מײַנע הענט,
בעת מײַן תּפֿילה איז רײן.
18ערד, זאָלסט נישט צודעקן מײַן בלוט,
און זאָל נישט קײן אָרט זײַן פֿאַר מײַן געשרײ!
19אַפֿילו איצט אָט איז אין הימל מײַן עדות-זאָגער,[1]
און מײַן מליץ איז אױך אין דער הײך.
20מײַנע פֿירשפּעכערס זענען מײַנע שפּעטערס;[2]
צו אֱלוֹהַּ טוט טריפֿן מײַן אױג,
21הלװאַי אַז ער זאָל משפּטן צװישן אַ מאַן מיט אֱלוֹהַּ,
װי צװישן אַ מענטשנקינד און זײַן חבֿר.
22װאָרעם די געצײלטע יאָרן גײען,
און איך װעל אַװעק אױף אַ װעג פֿון װאַנען איך װעל זיך נישט אומקערן.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 15Job 17 ►