1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2װען געװױגן זאָל געװױגן װערן מײַן כּעס,
און מײַן בראָך װאָלט מען נעמען אױפֿן װאָגשאָל באַגלײַך!
3װאָרעם שװערער פֿון דעם זאַמד פֿון ימען װאָלט עס זײַן אַצונד;
דערום זײַנען מײַנע װערטער צעמישט.
4װאָרעם אין מיר זײַנען די פֿײַלן פֿון (אֵל) שַדַי,
װאָס זײער גיפֿט טרינקט מײַן רוּחַ;
שרעקענישן פֿון אֱלוֹהַּ שטעלן זיך אױס קעגן מיר.
5שרײַט דען אַ װאַלדאײזל אױף גראָז?
צי מרוקעט אַן אָקס אױף זײַן פֿוטער?
6װערט אומבאַטעמטס געגעסן אָן זאַלץ?
צי איז דאָ אַ טעם אין דאָס װײַסל פֿון אײ?
7װאָס מײַן זעל האָט נישט געװאָלט אָנרירן,
דאָס זײַנען די צושפּײַזן פֿון מײַן ברױט.
8הלװאַי קומט אָן מײַן פֿאַרלאַנג,
און מײַן האָפֿענונג גיט אֱלוֹהַּ!
9און אֱלוֹהַּ װיליקט אײַן און צעדריקט {דכא}
[1] מיך,
לאָזט לױז זײַן האַנט און דערענדיקט מיך!
10װאָלט דאָס נאָך געװען מײַן נחמה,
און איך װאָלט געטאַנצט אין יסורים;
זאָל ער זײַן אומדערבאַרעמדיק;
הגם איך האָב נישט געלײקנט
אָן די װערטער פֿון הײליקן.
11װאָס איז מײַן כּוֹח, אַז איך זאָל האָפֿן?
און װאָס מײַן סוף, אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן געמיט?
12איז דער כּוֹח פֿון שטײנער מײַן כּוֹח?
איז מײַן לײַב פֿון קופּער?
13איז דען פֿאַר מיר קײן הילף נישטאָ,
און אַן עצה איז פֿאַרשטױסן פֿון מיר?
14דעם װאָס גײט אײַן קומט רַחמָנות פֿון זײַן חבֿר,
אַפֿילו ער פֿאַרלאָזט די מורא פֿאַרן (אֵל) שַדַי.
15מײַנע ברידער האָבן געפֿעלשט װי אַ טײַך,
װי דער שטראָם פֿון טײַכן װאָס גײען אַװעק,
16װאָס זײַנען טונקל פֿון אײַז –
אױף זײ באַהאַלט זיך דער שנײ.
17בעת זײ װערן צעװאַרעמט, װערן זײ פֿאַרשװוּנדן,
װי עס װערט הײס, צעגײען זײ פֿון זײער אָרט.
18עס דרײען זיך די װעגן פֿון זײער װאַנדער,
זײ פֿאַרגײען אין נישט און װערן פֿאַרלאָרן.
19די קאַראַװאַנען פֿון תֵּימאָ האָבן אױסגעקוקט,
די מחנות פֿון שבֿאָ האָבן געהאָפֿט אױף זײ,
20אָבער זײ האָבן זיך געשעמט װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט,
זײ זײַנען אָנגעקומען ביז אַהין און אין שאַנד געבליבן.
21פֿאַר װאָר, אַצונד זײַט איר מיט אים,
איר האָט דערזען דעם בראָך, און זיך דערשראָקן.
22האָב איך דען געזאָגט: גיט מיר װאָס,
און פֿון אײַער פֿאַרמעג שענקט פֿאַר מיר?
23אָדער: מאַכט מיך אַנטרינען פֿון שׂונאס האַנט,
און פֿון דער האַנט פֿון געװאַלטטוער זאָלט איר מיך אױסלײזן?
24לערנט מיך, און איך װעל שװײַגן,
און װאָס איך האָב פֿאַרזען, גיט מיר צו פֿאַרשטײן.
25װי שטאַרק זײַנען ריכטיקע װערטער!
אָבער װאָס באַװײַזט דאָס באַװײַזן פֿון אײַך?
26רעכנט איר װערטער פֿאַר אַ באַװײַז,
און פֿאַר װינט די רײד פֿון פֿאַרצװײפֿלטן?
27אַפֿילו אױף אַ יתום װאָלט איר גורל װאַרפֿן,
און איר װאָלט גראָבן אױף אײַער חבֿר.
28און אַצונד באַװיליקט, קערט אײַך צו מיר;
און צי װעל איך אײַך אין פּנים אַ ליגן זאָגן?
29קערט אײַך אום, איך בעט אײַך, זאָל קײן עװלה נישט געשען,
יאָ, קערט אײַך װידער אום, איך בין גערעכט דערין.
30איז אין מײַן צונג דאָ אומרעכט?
צי שפּירט נישט מײַן גומען פֿאַרברעכן?