1פֿאַר װאָס זײַנען נישט אָפּגעלײגט
פֿון (אֵל) שַדַי באַשטימטע צײַטן,
און די װאָס קענען אים, זעען נישט זײַנע טעג?
2גרענעצן פֿאַררוקט מען,
אַ סטאַדע גזלט מען און מע פֿיטערט.
3דעם אײזל פֿון יתומים פֿירט מען אַװעק,
מע נעמט אין משכּון דעם אָקס פֿון דער אַלמנה.
4מע שטױסט אַראָפּ אבֿיוֹנים פֿון װעג,
באַהאַלטן מוזען זיך אַלע אָרימע פֿון לאַנד.
5זע, װי װילדע אײזלען אין מדבר,
גײען זײ אַרױס צו זײער אַרבעט, זוכנדיק שפּײַז;
די סטעפּ גיט אים ברױט פֿאַר די קינדער.
6אױפֿן פֿעלד שנײַדן זײ זײַן פֿוטער,
און דעם װײַנגאָרטן פֿון רשע קלײַבן זײ אָפּ.
7נאַקעט נעכטיקן זײ, אָן אַ מלבוש
און אָן אַ צודעק פֿון קעלט.
8פֿון דעם רעגנגוס פֿון די בערג װערן זײ דורכגענעצט,
און אָן אַ שיצונג טוליען זײ זיך צום פֿעלדז.
9מע רױבט פֿון דער ברוסט דעם יתום,
און בײַם אָרעמאַן נעמט מען אַ משכּון.
10נאַקעט גײען זײ, אָן אַ מלבוש,
און זײ נעמען פֿון די הונגעריקע זײערע געטרײד גאַרבן.
11צװישן די מױערן פֿון יענע, פּרעסן זײ אײל;
קעלטערס טרעטן זײ און זײַנען דאָרשטיק.
12פֿון שטאָט קרעכצן די מענטשן,
און די זעל פֿון גוססע שרײַט,
און אֱלוֹהַּ מאַכט נישט קײן פֿאָרװוּרף.
13זײ זײַנען װידערשפּעניקער אָן ליכט,
זײ קענען נישט זײַנע װעגן,
און װײַלן נישט אױף זײַנע שטעגן.
14מיטן שײַן שטײט אױף דער מערדער,
צו טײטן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון;
און בײַ נאַכט איז ער װי אַ גנבֿ.
15און דאָס אױג פֿון נואף װאַרט אױף פֿאַרנאַכט,
אַזױ צו זאָגן: מיך װעט נישט אָנזען אַן אױג;
און אַ צודעק אױפֿן פּנים טוט ער אָן.
16זײ גראָבן אונטער אין דער פֿינצטער הײַזער,
בײַ טאָג פֿאַרשליסן זײ זיך אײַן;
זײ װײסן נישט פֿון ליכטיקײט,
17װאָרעם בײַ זײ אַלעמען איז טױטשאָטן פֿרימאָרגן,
װײַל זײ זײַנען באַקאַנט מיט די שרעקענישן פֿון טױטשאָטן.
18ער גײט לײַכט אַװעק אױפֿן װאַסער;
פֿאַרשאָלטן איז זײער חלק אױף דער ערד;
ער פֿאַרקערט נישט אױפֿן װעג פֿון װײַנגערטנער.
19טריקעניש און היץ רױבן אַװעק שנײװאַסער;
און שְׁאֹול – די װאָס האָבן געזינדיקט.
20דער טראַכט פֿאַרגעסט אָן אים,
דער װאָרעם לאָבט זיך מיט אים,
ער װערט מער נישט געדאַכט;
און צעבראָכן װי אַ האָלץ װערט אומגערעכטיקײט.
21ער חבֿרט זיך מיט דער עקרה װאָס געבערט נישט;
און די אַלמנה באַגיטיקט ער נישט.
22און ער שלעפּט אַראָפּ די מאַכטיקע מיט זײַן כּוֹח;
ער שטײט אױף, און מע איז נישט זיכער מיטן לעבן.
23[ג-ט] לאָזט אים אין זיכערקײט, ער זאָל זיך אָנלענען,
אָבער זײַנע אױגן זײַנען אױף זײערע װעגן.
24זײ װערן דערהױבן אַ װײַלע, און שױן זײַנען זײ נישטאָ;
יאָ, זײ װערן דערנידערט, װי אַלע װערן זײ אײַנגעזאַמלט,
און װי אַ שפּיץ זאַנג װערן זײ אָפּגעשניטן.
25און אױב נישט אַזױ, דען, װער װיל מיר אָפּלײקענען,
און מאַכן צו נישט מײַן װאָרט?