1האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
2געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים;
ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן.
3איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות?
און אױף װעמען גײט נישט אױף זײַן ליכט?
4און װי קען דען אַ מענטש גערעכט זײַן מיט אֵל?
און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?
5זע, אַזש די לבֿנה איז נישט העל,
און די שטערן זײַנען נישט רײן אין זײַנע אױגן,
6הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם,
און אַ מענטשנקינד אַ מילב?