AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 143
◄ Psalms 142
Psalms 143
תְּהִלִּים 143
Psalms 144 ►
1אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
1ה׳, הער מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם מײַנע געבעטן,
אין דײַן טרײַשאַפֿט ענטפֿער מיר, אין דײַן גערעכטיקײט.
2און זאָלסט נישט גײן אין משפּט מיט דײַן קנעכט,
װאָרעם קײן לעבעדיקער קען נישט גערעכט זײַן פֿאַר דיר.[1]
3װאָרעם דער פֿײַנט האָט גערודפֿט מײַן זעל,
ער האָט צוגעדריקט {דכא}[2] צו דער ערד מײַן לעבן,
ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין פֿינצטערנישן,
װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן.
4און מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר,
מײַן האַרץ װערט באַנומען אין מיר.
5איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל,
איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג;
אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן.
6איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר,
מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר.
סֶלָה.
7ענטפֿער מיר גיך, ה׳, מײַן געמיט גײט אױס;
זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,
אַזיסט װעל איך געגליכן זײַן צו די גענידערטע אין גרוב.
8לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,
װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.
לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,
װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.
9זײַ מיך מציל, ה׳, פֿון מײַנע פֿײַנט;
בײַ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן.
10לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון,
װאָרעם דו ביסט מײַן ג-ט;
דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירן אױף אַ גלײַכן לאַנד.
11פֿון דײַן נאָמען װעגן, ה׳, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן,
אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציען פֿון נױט מײַן זעל.
12און אין דײַן חֶסֶד זאָלסטו פֿאַרשנײַדן מײַנע פֿײַנט,
און אונטערברענגען אַלע װאָס דריקן מײַן זעל,
װאָרעם איך בין דײַן קנעכט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 142Psalms 144 ►