AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 71
◄ Psalms 70
Psalms 71
תְּהִלִּים 71
Psalms 72 ►
1אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן,
לאָמיך קײן מאָל נישט פֿאַרשעמט װערן.
2אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו מיך מציל זײַן,
און מיך מאַכן אַנטרינען;
נײַג צו דײַן אױער צו מיר, און העלף מיך.
3זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג
װוּהין תּמיד צו קומען;
באַשער מיר צו העלפֿן,
װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג.
4מײַן ג-ט, מאַך מיך אַנטרינען פֿון דער האַנט פֿון רשע,
פֿון פֿױסט פֿון דעם פֿאַרברעכער און דריקער.
5װאָרעם דו ביסט מײַן האָפֿענונג, ה׳ אֲדֹנָי,
מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן.
6אױף דיר האָב איך זיך אָנגעלענט פֿון מוטערלײַב,
פֿון מײַן מוטערס אינגעװײד האָסט דו מיך אַרױסגעצױגן;
מײַן לױב איז תּמיד פֿון דיר.
7װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן בײַ פֿיל,
אָבער דו ביסט מײַן שטאַרקע באַשיצונג.
8מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב,
אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג.
9זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן אין צײַט פֿון זִקנה,
אַז מײַנע כּוחות גײען אױס, זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן.
10װאָרעם מײַנע פֿײַנט רעדן װעגן מיר,
און די לױערער אױף מײַן זעל עֵצהן זיך אין אײנעם,
11אַזױ צו זאָגן: אלֹקים האָט אים פֿאַרלאָזן;
יאָגט נאָך און כאַפּט אים,
װאָרעם נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.
12אלֹקים, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר;
מײַן ג-ט, אײַל מיר צו הילף.
13זאָלן פֿאַרשעמט װערן, זאָלן אױסגײן
די שָׂונאים פֿון מײַן לעבן;
זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנד
די װאָס זוכן מיר בײז.
14אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן,
און װעל נאָך צולײגן צו אַל דײַן לױב.
15מײַן מױל װעט דערצײלן דײַן גערעכטיקײט,
אַ גאַנצן טאָג דײַן הילף;
װאָרעם איך קען נישט אױסדערצײלן.
16איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון אֲדֹנָי ה׳,
איך װעל דערמאָנען דײַן גערעכטיקײט, דײַנע אַלײן.
17אלֹקים, האָסט מיך געלערנט פֿון מײַן יוגנט אָן,
און ביז אַהער דערצײל איך דײַנע װוּנדער.
18און אױך ביז זִקנה און גראָער עלטער, אלֹקים,
זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן,
ביז איך װעל דערצײלן דײַן מאַכט צום אַנדערן דור,
צו איטלעכן װאָס װעט קומען, דײַן גבֿורה.
19יאָ, דײַן גערעכטיקײט, אלֹקים, איז ביזן הימל,
דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס.
אלֹקים, װער איז דײַן גלײַכן?
20דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן,
װעסט װידער מיך אױפֿלעבן,
און פֿון די תּהומען פֿון דער ערד
װעסטו װידער מיך אױפֿברענגען.
21װעסט מערן מײַן גדוּלה,
און װעסט װידער מיך טרײסטן.
22דרומעך װעל איך דיך לױבן אױף אַ גיטאַר –
דײַן געטרײַשאַפֿט, מײַן ג-ט;
איך װעל שפּילן צו דיר אױף אַ האַרף,
דו הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
23מײַנע ליפּן װעלן זינגען,
אַז איך װעל שפּילן צו דיר,
און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט.
24אױך מײַן צונג אַ גאַנצן טאָג
װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט,
װאָרעם פֿאַרשעמט, װאָרעם צו שאַנד װערן
די װאָס זוכן מיר בײז.
Brit Chadasha Footnote1 Thessalonians 3 →

1דערפאר, נישט קענענדיק עס לענגער אויסהאלטן, האבן מיר באשלאסן צו בלייבן אליין אין אטען; 2און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה, 3כדי קיינער זאל זיך נישט וואקלען אין די דאזיקע צרות; ווארום איר ווייסט אליין, אז דערצו זענען מיר באשטימט. 4ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך פארויסגעזאגט, אז מיר וועלן ליידן צרות; און אזוי איז עס געשען, ווי איר ווייסט. 5צוליב דעם, ווען איך האב עס שוין לענגער נישט געקענט דערטראגן, האב איך אויך געשיקט זיך צו דערוויסן וועגן אייער אמונה, טאמער האט אייך דער אויספרואווער אויסגעפרואווט, און אונדזער מי איז געווארן צו גארנישט. 6איצט אבער ווען טימאטעוס איז געקומען צו אונדז פון אייך, און אונדז אנגעזאגט די גוטע נייעס וועגן אייער אמונה און ליבע, און אז איר געדענקט אונדז שטענדיק צום גוטן, בענקענדיק אונדז צו זען, ווי מיר אייך, 7זענען מיר דעריבער געטרייסט געווארן, ברידער, מיט אייך, אין יעדער באדריקונג און צרה אונדזערער, דורך אייער אמונה; 8ווייל איצט לעבן מיר, ווען איר שטייט פעסט אינם האר. 9ווארום וואס פאר א שבח קענען מיר אפגעבן צו ה׳ פאר אייך, פאר דער גאנצער שמחה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליב אייך פאר אונדזער ג‑ט? 10ביינאכט און בייטאג טאן מיר זייער פיל מתפלל זיין, אז מיר זאלן זען אייער פנים און פארפאלקאמענען דאס, וואס פעלט (נאך) אין אייער אמונה.

11און זאל אונדזער ג‑ט און פאטער אליין און אונדזער האר יהושע/ישוע אונדז פירן אויף דעם וועג צו אייך; 12און אייך זאל דער האר מערן און איבערפליסן אין דער ליבע איינער צום אנדערן און צו אלעמען, ווי אויך אונדז צו אייך; 13כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 70Psalms 72 ►