AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 72
◄ Psalms 71
Psalms 72
תְּהִלִּים 72
Psalms 73 ►
1פֿון שלמהן.
1 אלֹקים, גיב דײַנע משפּטים צום מלך,
און דײַן גערעכטיקײט צום מלכס זון;
2ער זאָל משפּטן דײַן פֿאָלק מיט רעכטפֿאַרטיקײט,
און דײַנע אָרימע לױט רעכט.
3די בערג זאָלן טראָגן שלום צום פֿאָלק,
און די הײכן – דורך גערעכטיקײט.
4ער זאָל משפּטן די אָרימע פֿון פֿאָלק,
ער זאָל העלפֿן די קינדער פֿון אבֿיון,
און צעדריקן דעם רױבער.
5מע זאָל דיך פֿאָרכטן װי לאַנג די זון װעט זײַן,
און אַזױ װי די לבֿנה, אױף דור-דורות.
6ער זאָל נידערן װי רעגן אױף געשניטן גראָז,
װי שפּרײרעגן װאָס באַגיסט די ערד.
7בליִען אין זײַנע טעג זאָל דער צדיק,
און אַ שפֿע פֿון פֿריד ביז די לבֿנה װעט מער נישט זײַן.
8און ער זאָל געװעלטיקן פֿון ים ביז ים,
און פֿון דעם טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד.
9פֿאַר אים זאָלן קניִען די מדבר-לײַט,
און זײַנע פֿײַנט זאָלן לעקן דעם שטױב.
10די מלכים פֿון תַּרְשִיש און די אינדזלען זאָלן מִנְחָה ברענגען,
די מלכים פֿון שבֿאָ און סבֿאָ זאָלן מתָּנות ברענגען.
11און בוקן זאָלן זיך פֿאַר אים אַלע מלכים,
אַלע פֿעלקער זאָלן אים דינען.
12װאָרעם ער װעט מציל זײַן דעם אבֿיון װאָס שרײַט,
און דעם אָרעמאַן װאָס האָט נישט קײן העלפֿער.
13ער װעט זיך דערבאַרעמען אױפֿן אָרעמאַן און אבֿיון,
און די נפֿשות פֿון די אבֿיוֹנים װעט ער העלפֿן.
14פֿון דריקונג און פֿון רױב װעט ער אױסלײזן זײער זעל,
און טײַער װעט זײַן זײער בלוט אין זײַנע אױגן.
15דערום זאָל ער לעבן,
און מע זאָל אים געבן פֿון דעם גאָלד פֿון שבֿאָ;
און מע זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אים תּמיד,
אַ גאַנצן טאָג זאָל מען אים בענטשן.
16ער זאָל זײַן װי אַ גערעטעניש פֿון תּבֿואה אין לאַנד,
אױף די שפּיץ בערג זאָל רױשן װי דער לבֿנוֹן זײַן פֿרוכט;
און זײ זאָלן שפּראָצן פֿון דער שטאָט
אַזױ װי גראָז פֿון דער ערד.
17זײַן נאָמען זאָל זײַן אײביק,
אַזױ לאַנג װי די זון זאָל בליִען זײַן נאָמען,
און מע זאָל זיך בענטשן מיט אים;
אַלע פֿעלקער זאָלן אים רימען.
18ברוך ה׳ אלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל,
װאָס ער אַלײן טוט װוּנדער;
19און געלױבט זײַן פּראַכטיקער נאָמען אױף אײביק;
און די גאַנצע ערד זאָל אָנגעפֿילט װערן מיט זײַן פּראַכט.
אָמן און אָמן!
20געענדיקט די תּפֿילות פֿון דָוִד דעם זון פֿון יִשַין.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 71Psalms 73 ►