1און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן, און זי איז געקומען צו פּרוּװן שלמהן מיט רעטענישן, קײן ירושָלַיִם, מיט זײער אַ גרױסער מחנה, און קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד לרובֿ, און טײַער געשטײן. און זי איז געקומען צו שלמהן, און האָט גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען בײַ איר אין האַרצן. 2און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן, און נישט געװען אַ זאַך פֿאַרהױלן פֿון שלמהן, װאָס ער זאָל איר נישט זאָגן.
3און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געזען די חכמה פֿון שלמהן, און דאָס הױז װאָס ער האָט געבױט, 4און דאָס עסן פֿון זײַן טיש, און דאָס זיצן פֿון זײַנע הױפֿדינער, און דאָס שטײן פֿון זײַנע משָרתים מיט זײערע מלבושים, און זײַנע טראַנקמײנסטערס מיט זײערע מלבושים, און זײַן אַרױפֿגאַנג װאָס ער פֿלעגט אַרױפֿגײן צו ה׳ס הױז, און אין איר איז מער נישט געבליבן קײן אָטעם. 5און זי האָט געזאָגט צום מלך: אמת איז דער קלאַנג װאָס איך האָב געהערט אין מײַן לאַנד װעגן דײַנע פֿירונגען און װעגן דײַן חכמה. 6און איך האָב נישט געגלױבט[1] זײערע װערטער, ביז איך בין געקומען, און מײַנע אױגן האָבן געזען; ערשט מיר איז צו מאָל אַ העלפֿט נישט דערצײלט געװאָרן פֿון דײַן גרױס חכמה; דו שטײַגסט אַריבער די הערונג װאָס איך האָב געהערט. 7װױל צו דײַנע לײַט, און װױל צו די דאָזיקע קנעכט דײַנע װאָס שטײען פֿאַר דיר תּמיד, און הערן דײַן חכמה. 8ברוך ה׳ דײַן ג-ט װאָס ער האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿצוזעצן אױף זײַן טראָן[2] פֿאַר אַ מלך פֿון ה׳ דײַן ג-ט. װײַל דײַן ג-ט האָט ליב יִשׂרָאֵל, כּדי אים אױפֿצושטעלן אױף אײביק, דערום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער זײ, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט.
9און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַנציק צענטנער גאָלד, און בשׂמים זײער פֿיל, און טײַער געשטײן; און קײן מאָל איז נישט געװען אַזעלכע בשׂמים װי יענע װאָס די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געגעבן שלמה המלך.
10און אױך די קנעכט פֿון חורָמען, און די קנעכט פֿון שלמהן, װאָס האָבן געבראַכט גאָלד פֿון אוֹפֿיר, האָבן געבראַכט סאַנדאַלהאָלץ און טײַערע שטײנער. 11און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ שטעגן פֿאַר דעם הױז פֿון ה׳, און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך, און האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; און אַזױ-װאָס איז נישט געזען געװאָרן פֿריער אין לאַנד יהוּדה.
12און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿאָ אַלע אירע באַגערן װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט, אַחוץ פֿאַר דעם װאָס זי האָט געבראַכט דעם מלך. און זי האָט זיך אומגעקערט, און איז אַװעקגעגאַנגען אין איר לאַנד, זי מיט אירע קנעכט.
13און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַרײַנגעקומען שלמהן אין אײן יאָר, איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער גאָלד, 14אַחוץ װאָס די אַרומפֿאָרער און די סוחרים האָבן געבראַכט; און אַלע אַראַביש מלכים, און די לאַנדפֿירשטן האָבן שלמהן געבראַכט גאָלד און זילבער.
15און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט שֶקל געשלאָגענע גאָלד איז אַװעק אױף אײן שילד. 16און דרײַ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דרײַ הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן שילד. און דער מלך האָט זײ אַרײַנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבֿנוֹן-װאַלד.
17און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן[3] פֿון עלפֿנבײן, און האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד. 18און זעקס טרעפּ זײַנען געװען צום טראָן, און אַ גילדערן פֿוסבענקל, באַפֿעסטיקט צום טראָן; און הענטלעך זײַנען געװען אױף בײדע זײַטן פֿון דעם אָרט צום זיצן, און צװײ לײבן זײַנען געשטאַנען בײַ די הענטלעך. 19און צװעלף לײבן זײַנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. אַזױ-װאָס איז נישט געמאַכט געװאָרן אין קײן קיניגרײַך.
20און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך זײַנען געװען פֿון גאָלד, און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבֿנוֹן-װאַלד זײַנען געװען פֿון עכטן גאָלד; זילבער האָט זיך אין די טעג פֿון שלמהן גערעכנט פֿאַר גאָרנישט. 21װאָרעם דער מלך האָט געהאַט שיפֿן װאָס זײַנען געגאַנגען קײן תַּרְשִיש מיט די קנעכט פֿון חורָמען. אײן מאָל אין דרײַ יאָר פֿלעגן די תַּרְשִיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער, עלפֿנבײן, און מאַלפּעס, און פּאַװעס.
22און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד אין עוֹשר און חכמה. 23און אַלע מלכים פֿון דער ערד האָבן געזוכט שלמהס פּנים, כּדי צו הערן זײַן חכמה װאָס האלֹקים האָט אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן. 24און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַן מתּנה, זילבערנע כּלים, און גילדערנע כּלים, און קלײדער, װאַפֿן, און בשׂמים, פֿערד און מױלאײזלען, יאָר אין יאָר.
25און שלמה האָט געהאַט פֿיר טױזנט שטאַלן פֿערד און רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער, און ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם.
26און ער האָט געװעלטיקט איבער אַלע מלכים, פֿון דעם טײַך און ביזן לאַנד פּלִשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מִצרַיִם. 27און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושָלַיִם אַזױ װי די שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט. 28און פֿערד האָט מען אַרױסגעבראַכט שלמהן פֿון מִצרַיִם און פֿון אַלע לענדער.
29און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין דער נבֿואה פֿון אַחִיָה פֿון שילוֹ, און אין דער זעונג פֿון יֶעדוֹ דעם זעער װעגן יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן.
30און שלמה האָט געקיניגט אין ירושָלַיִם איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿערציק יאָר.
31און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דער שטאָט פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן; און זײַן זון רחַבֿעָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]