AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Chronicles 13
◄ 2 Chronicles 12
2 Chronicles 13
דִבֿרֵי הַיָמִים ב 13
2 Chronicles 14 ►

1אין אַכצענטן יאָר פֿון דעם מלך יָרָבֿעָם איז אַבֿיָה געװאָרן מלך איבער יהוּדה. 2דרײַ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מיכָיָהו די טאָכטער פֿון אוריאֵלן פֿון גִבֿעָה. און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבֿיָהן און צװישן יָרָבֿעָמען. 3און אַבֿיָה האָט אָנגעקניפּט די מלחמה מיט אַ חיל פֿון מלחמה-גיבוֹרים, פֿיר הונדערט טױזנט געקליבענע מענער; און יָרָבֿעָם האָט אָנגעריכט אױף אים די מלחמה מיט אַכט הונדערט טױזנט געקליבענע מענער, העלדישע גיבוֹרים.

4און אַבֿיָה האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג צמָרַיִם װאָס אין די בערג פֿון אפֿרים, און ער האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יָרָבֿעָם און גאַנץ יִשׂרָאֵל. 5איר דאַרפֿט דאָך װיסן אַז ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט געגעבן די מלוכה איבער יִשׂרָאֵל צו דָוִדן אױף אײביק, צו אים און צו זײַנע קינדער, אין אַ ברית פֿון זאַלץ. 6און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן, דער קנעכט פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, איז אױפֿגעשטאַנען און האָט װידערשפּעניקט אָן זײַן האַר. 7און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אַרום אים נישטיקע לײַט, נידערטרעכטיקע יונגען, און זײ האָבן זיך געפֿעסטיקט אַקעגן רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, און רחַבֿעָם איז געװען יונג און װײכהאַרציק, און האָט זיך נישט געקענט שטאַרקן אַקעגן זײ. 8און אַצונד װילט איר זיך שטאַרקן אַקעגן דער מלוכה פֿון ה׳ אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון דָוִד; און איר זײַט אַ גרױסער המוֹן, און מיט אײַך זײַנען די גילדערנע קעלבער װאָס יָרָבֿעָם האָט אײַך געמאַכט פֿאַר ג‑טער. 9פֿאַר װאָר, איר האָט פֿאַרשטױסן די כּהנים פֿון ה׳, די קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים, און איר האָט אײַך געמאַכט כּהנים אַזױ װי די פֿעלקער פֿון אַנדערע לענדער; איטלעכער װאָס קומט דערפֿילן זײַן האַנט, מיט אַ יונגן אָקס, און מיט זיבן װידערס, ער װערט אַ כּהן צו די אומגעטער. 10אָבער מיר – אלוקינו איז ה׳, און מיר האָבן אים נישט פֿאַרלאָזן, און כּהנים װאָס דינען פֿאַר ה׳, זײַנען קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים זײַנען אױף דעם דינסט; 11און זײ דעמפֿן צו ה׳ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, און אָװנט אין אָװנט, און װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און די אױסלײגונג פֿון דעם ברױט אױף דעם רײנעם טיש, און די גילדערנע מנוֹרה מיט אירע רערלעך אױף צו ברענען אָװנט אין אָװנט. װאָרעם מיר היטן די היטונג פֿון ה׳ אלוקינו, און איר האָט אים פֿאַרלאָזן. 12און אָט איז פֿאַרױס מיט אונדז האלֹקים, און זײַנע כּהנים מיט שאַלטרומײטן צו שאַלן אױף אײַך. קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט ה׳ דעם ג-ט פֿון אונדזערע עלטערן, װאָרעם איר װעט נישט באַגליקן.

13אָבער יָרָבֿעָם האָט אױסגעדרײט די לױערער צו קומען אױף זײ פֿון הינטן, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען פֿאַר יהוּדה, און די לױערער הינטער זײ. 14און יהוּדה האָט זיך אומגעקוקט, ערשט די מלחמה איז אױף זײ פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; און זײ האָבן געשריען צו ה׳, און די כּהנים האָבן געטרומײטערט אין טרומײטן. 15און די מענער פֿון יהוּדה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, און עס איז געװען, װי די מענער פֿון יהוּדה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, האָט האלֹקים געשלאָגן יָרָבֿעָמען און גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿאַר אַבֿיָהן און יהוּדה. 16און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר יהוּדה, און אלֹקים האָט זײ געגעבן אין זײער האַנט. 17און אַבֿיָה און זײַן פֿאָלק האָבן זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון יִשׂרָאֵל פֿינף הונדערט טױזנט געקליבענע מענער. 18און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אין יענער צײַט, און די קינדער פֿון יהוּדה זײַנען געװאָרן שטאַרק, װײַל זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.

19און אַבֿיָה האָט נאָכגעיאָגט יָרָבֿעָמען, און ער האָט באַצװוּנגען פֿון אים שטעט: בֵית-אֵל מיט אירע טעכטערשטעט, און ישָנָה מיט אירע טעכטערשטעט, און אפֿרים מיט אירע טעכטערשטעט. 20און יָרָבֿעָם איז מער נישט געקומען צו די כּוֹחות אין די טעג פֿון אַבֿיָהן; און ה׳ האָט אים געפּלאָגט, און ער איז געשטאָרבן.

21און אַבֿיָה האָט זיך באַפֿעסטיקט. און ער האָט זיך גענומען פֿערצן װײַבער, און האָט געבאָרן צװײ און צװאַנציק זין, און זעכצן טעכטער.

22און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבֿיָהן, און זײַנע פֿירונגען, און זײַנע רײד, זײַנען פֿאַרשריבן אין דעם מֶדרַש פֿון עִדוֹ דעם נבֿיא.

23 און אַבֿיָה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1] אין זײַנע טעג איז דאָס לאַנד געװען רויִק צען יאָר.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Chronicles 122 Chronicles 14 ►