AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Chronicles 11
◄ 2 Chronicles 10
2 Chronicles 11
דִבֿרֵי הַיָמִים ב 11
2 Chronicles 12 ►

1און רחַבֿעָם איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס הױז פֿון יהוּדה און בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט יִשׂרָאֵל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחַבֿעָמען.

2איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו שמַעיָהו דעם מאַן פֿון ג-ט, אַזױ צו זאָגן: 3זאָג צו רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהוּדה, און צו גאַנץ יִשׂרָאֵל אין יהוּדה און בנימין, אַזױ צו זאָגן: 4אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר זאָלט נישט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט אײַערע ברידער; קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרעם פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט די װערטער פֿון ה׳, און האָבן זיך אומגעקערט פֿון צו גײן אױף יָרָבֿעָמען.

5און רחַבֿעָם איז געזעסן אין ירושָלַיִם; און ער האָט געבױט שטעט פֿאַר פֿעסטונגען אין יהוּדה. 6און ער האָט איבערגעבױט בֵית-לֶחֶם, און עֵיטָם, און תּקוֹעַ, 7און בֵית-צור, און שׂוֹכוֹ, און עַדולָם, 8און גַת, און מָרֵשָה, און זיף, 9און אַדוֹרַיִם, און לָכיש, עַזֵקָה, 10און צָרעָה, און אַיָלוֹן, און חֶבֿרוֹן, װאָס אין יהוּדה און בנימין, אױף פֿעסטונגשטעט. 11און ער האָט פֿאַרשטאַרקט די פֿעסטונגען, און האָט אַרײַנגעזעצט אין זײ אָנפֿירער מיט שפּײַכלערס עסנװאַרג און אײל און װײַן. 12און אין יעטװעדער שטאָט זײַנען געװען פּאַנצערס און שפּיזן; און ער האָט זײ זײער שטאַרק באַפֿעסטיקט. און יהוּדה און בנימין זײַנען געבליבן בײַ אים.

13און די כּהנים און די לוִיִים װאָס אין גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים פֿון זײער גאַנצן געמאַרק. 14װאָרעם די לוִיִים האָבן פֿאַרלאָזן זײערע אָפֿענע ערטער און זײער אײגנטום, און זײַנען אַװעק קײן יהוּדה און קײן ירושָלַיִם, װײַל יָרָבֿעָם און זײַנע זין האָבן זײ פֿאַרשטױסן פֿון צו טאָן דעם דינסט צו ה׳; 15און ער האָט זיך געשטעלט כּהנים צו די בָמות, און צו די שדים, און צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט. 16און נאָך זײ, זײַנען פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן אָפּגעגעבן זײער האַרץ צו זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, געקומען קײן ירושָלַיִם, כּדי צו שלאַכטן צו ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 17און זײ האָבן געשטאַרקט די מלוכה פֿון יהוּדה, און האָבן באַפֿעסטיקט רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, דרײַ יאָר; װאָרעם זײ זײַנען געגאַנגען אין דעם װעג פֿון דָוִדן און שלמהן דרײַ יאָר.

18און רחַבֿעָם האָט זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מַחלַת די טאָכטער פֿון ירימוֹת דעם זון פֿון דָוִדן, פֿון אַבֿיהַיִל דער טאָכטער פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון יִשַין. 19און זי האָט אים געבאָרן זין: יְעושן, און שמַריָהן, און זַהַמען. 20און נאָך איר האָט ער גענומען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלומען, און זי האָט אים געבאָרן אַבֿיָהן, און עַתַּין, און זיזאָן, און שלוֹמיתן. 21און רחַבֿעָם האָט ליב געהאַט מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלומען מער פֿון אַלע זײַנע װײַבער און זײַנע קעפּסװײַבער; װאָרעם אַכצן װײַבער האָט ער גענומען, און זעכציק קעפּסװײַבער; און ער האָט געבאָרן אַכט און צװאַנציק זין, און זעכציק טעכטער. 22און רחַבֿעָם האָט אױפֿגעשטעלט אַבֿיָה דעם זון פֿון מַעֲכָהן פֿאַרן הױפּט, פֿאַר דעם פֿירשט צװישן זײַנע ברידער, װאָרעם זײַן מײַן איז געװען אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. 23און ער האָט געטאָן מיט שׂכל, און האָט צעשפּרײט אַלע זײַנע זין איבער אַלע לענדער פֿון יהוּדה און בנימין, אין אַלע פֿעסטונגשטעט, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז לרובֿ; און ער האָט פֿאַר זײ אױסגעזוכט אַ סך װײַבער.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Chronicles 102 Chronicles 12 ►