AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Kings 17
◄ 2 Kings 16
2 Kings 17
מְלָכִים ב 17
2 Kings 18 ►

1אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אָחָז דעם מלך פֿון יהוּדה, איז הוֹשֵעַ דער זון פֿון אֵלָהן געװאָרן מלך אין שוֹמרוֹן איבער יִשׂרָאֵל, [און האָט געקיניגט] נײַן יאָר.

2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, נאָר נישט אַזױ װי די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים.

3אױף אים איז אַרױפֿגעגאַנגען שַלמַנאֶסֶר דער מלך פֿון אשור, און הוֹשֵעַ איז געװאָרן אַ קנעכט צו אים, און אים געצאָלט מִנְחָה.

4און דער מלך פֿון אשור האָט אױסגעפֿונען אין הוֹשֵעַן אַ בונט, װײַל ער האָט געשיקט שלוחים צו סוֹא דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און האָט נישט אַרױפֿגעבראַכט מִנְחָה צו דעם מלך פֿון אשור אַזױ װי יאָר אין יאָר. און דער מלך פֿון אשור האָט אים פֿאַרהאַלטן, און האָט אים אַרײַנגעשפּאַרט אין תּפֿיסה.

5און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף שוֹמרוֹן, און האָט געלעגערט אױף איר דרײַ יאָר. 6אין נײַנטן יאָר פֿון הוֹשֵעַן האָט דער מלך פֿון אשור באַצװוּנגען שוֹמרוֹן, און האָט פֿאַרטריבן יִשׂרָאֵל קײן אשור, און זײ באַזעצט אין חַלַח, און בײַם טײַך חָבֿוֹר, אין גוֹזָן, און אין די שטעט פֿון מָדַי.

7און דאָס איז געשען װײַל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזינדיקט צו ה׳ זײער ג-ט װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון אונטער דער האַנט פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זײ האָבן געפֿאָרכט פֿרעמדע ג‑טער. 8און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; דעס גלײַכן די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ האָבן געמאַכט. 9און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן צוגעטראַכט זאַכן װאָס נישט ריכטיק צו ה׳ זײער ג-ט, און זײ האָבן זיך געבױט בָמות אין אַלע זײערע שטעט, פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט. 10און זײ האָבן זיך אױפֿגעשטעלט זײַלשטײנער און געצנשטאַנגען אױף יעטװעדער הױכן בערגל און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. 11און זײ האָבן דאָרטן גערײכערט אױף אַלע בָמות, אַזױ װי די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ; און זײ האָבן געטאָן שלעכטע זאַכן צו דערצערענען ה׳. 12און זײ האָבן געדינט די אָפּגעטער, װאָס ה׳ האָט זײ אָנגעזאָגט: איר זאָלט נישט טאָן די דאָזיקע זאַך. 13און ה׳ האָט געװאָרנט יִשׂרָאֵל און יהוּדה דורך איטלעכן נבֿיא, איטלעכן זעער, אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן, און היט מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, לױט דער גאַנצער תּורה װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן, און װאָס איך האָב געשיקט צו אײַך דורך מײַנע קנעכט, די נבֿיאים. 14אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, אַזױ װי דער נאַקן פֿון זײערע עלטערן װאָס האָבן נישט געגלױבט[1][2] אין ה׳ זײער ג-ט. 15און זײ האָבן פֿאַראַכט[3] זײַנע געזעצן און זײַן ברית װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}[4] מיט זײערע עלטערן, און זײַנע װאָרענישן, צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}[5] װאָס ער האָט זײ געװאָרנט, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך נישטיקײט און געװאָרן נישטיק, און נאָך די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ, װאָס ה׳ האָט זײ באַפֿױלן נישט צו טאָן אַזױ װי זײ. 16און זײ האָבן פֿאַרלאָזן אַלע געבאָט פֿון ה׳ זײער ג-ט, און האָבן זיך געמאַכט געגאָסענע געצן – צװײ קעלבער, און געמאַכט אַן אַשֵרָה, און זיך געבוקט צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, און געדינט בַעַל. 17און זײ האָבן געמאַכט דורכגײן זײערע זין און זײערע טעכטער דורכן פֿײַער, און האָבן געברױכט װאָרזאָגערײַ און געצױבערט, און זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען. 18און ה׳ האָט זײער געצערנט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ אָפּגעטאָן פֿון זײַן פּנים; עס איז נישט געבליבן אַחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן. 19האָט אױך יהוּדה נישט געהיט די געבאָט פֿון ה׳ זײער ג-ט, און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס יענע האָבן געמאַכט. 20און ה׳ האָט פֿאַראַכט דעם גאַנצן זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געפּײַניקט, און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון אױסרױבער, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים. 21װאָרעם אַז ער האָט אָפּגעריסן יִשׂרָאֵל פֿון דעם הױז פֿון דָוִד, און זײ האָבן געמאַכט פֿאַר אַ מלך יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, האָט יָרָבֿעָם אָפּגעפֿירט יִשׂרָאֵל פֿון הינטער ה׳, און ער האָט זײ געמאַכט זינדיקן אַ גרױסע זינד. 22און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געטאָן; זײ האָבן זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון. 23ביז ה׳ האָט אָפּגעטאָן יִשׂרָאֵל פֿון זײַן פּנים, אַזױ װי ער האָט גערעדט דורך אַלע זײַנע קנעכט די נבֿיאים, און יִשׂרָאֵל איז פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון זײַן ערד קײן אשור אױף הײַנטיקן טאָג.

24און דער מלך פֿון אשור האָט געבראַכט מענטשן פֿון בָבֿל, און פֿון כּוּתָה, און פֿון עַוָא, און פֿון חַמָת, און פֿון ספֿרוַיִם, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שוֹמרוֹן אַנשטאָט[6] די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן געאַרבט שוֹמרוֹן, און זײַנען געזעסן אין אירע שטעט.

25און עס איז געװען אין אָנהײב פֿון זײער זיצן דאָרטן, האָבן זײ נישט געפֿאָרכט ה׳, און ה׳ האָט אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זײ פֿלעגן אױסהרגען צװישן זײ. 26האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך פֿון אשור, אַזױ צו זאָגן: די פֿעלקער װאָס דו האָסט אַװעקגעפֿירט, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שוֹמרוֹן, װײסן נישט דעם שטײגער פֿון דעם ג-ט פֿון לאַנד; דערום האָט ער אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זע, זײ טײטן זײ, אַזױ װי זײ װײסן נישט דעם שטײגער פֿון דעם ג-ט פֿון לאַנד.

27האָט דער מלך פֿון אשור באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿירט אַװעק אַהין אײנעם פֿון די כּהנים װאָס איר האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן; און זאָלן זײ גײן און זיך באַזעצן דאָרטן, און ער זאָל זײ לערנען דעם שטײגער פֿון דעם ג-ט פֿון לאַנד.

28איז געקומען אײנער פֿון די כּהנים װאָס מע האָט געהאַט פֿאַרטריבן פֿון שוֹמרוֹן, און ער האָט זיך באַזעצט אין בֵית-אֵל, און האָט זײ געלערנט װי זײ זאָלן פֿאָרכטן ה׳. 29אָבער איטלעך פֿאָלק פֿלעגט אױך מאַכן זײַנע אײגענע ג‑טער, און זײ האָבן זײ אַװעקגעשטעלט אין די הײַזער פֿון די בָמות װאָס די שוֹמרוֹנים האָבן געמאַכט; איטלעך פֿאָלק אין זײערע שטעט װאָס זײ זײַנען דאָרטן געזעסן. 30און די מענטשן פֿון בָבֿל האָבן געמאַכט סוכּוֹת-בנוֹת, און די מענטשן פֿון כּוּת האָבן געמאַכט נֵרגַל, און די מענטשן פֿון חַמָת האָבן געמאַכט אַשימאָ 31און די עַוִים האָבן געמאַכט נִבֿחַז און תַּרתָּק, און די ספֿרוַיִם האָבן פֿאַרברענט זײערע קינדער אין פֿײַער צו אַדרַמֶלֶך און עַנַמֶלֶך, די ג‑טער פֿון ספֿרוַיִם. 32דערבײַ פֿלעגן זײ פֿאָרכטן ה׳, און זײ האָבן זיך געמאַכט פֿון צװישן זיך כּהנים פֿון בָמות, װאָס פֿלעגן מקריבֿ זײַן פֿאַר זײ אין די הײַזער פֿון די בָמות. 33ה׳ פֿלעגן זײ פֿאָרכטן, אָבער זײערע ג‑טער פֿלעגן זײ דינען, אַזױ װי דער שטײגער פֿון די פֿעלקער װאָס מע האָט זײ פֿון דאָרטן אַװעקגעפֿירט.

34ביז אױף הײַנטיקן טאָג טוען זײ אַזױ װי די פֿריִערדיקע שטײגערס; זײ פֿאָרכטן נישט [אין גאַנצן] ה׳, און זײ טוען נישט אַזױ װי זײערע חוקים און װי זײער געזעץ, און אַזױ װי די תּורה און װי דאָס געבאָט װאָס ג-ט האָט געבאָטן די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס ער האָט געמאַכט זײַן נאָמען יִשׂרָאֵל; 35װאָס ה׳ האָט מיט זײ געשלאָסן אַ ברית, און האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט פֿאָרכטן פֿרעמדע ג‑טער, און איר זאָלט זיך נישט בוקן צו זײ, און זײ נישט דינען, און נישט שלאַכטן צו זײ. 36נײַערט ה׳ װאָס האָט אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט גרױס שטאַרקײט, און מיט אַן אױסגעשטרעכטן אָרעם,[7] אים זאָלט איר פֿאָרכטן, און צו אים זאָלט איר זיך בוקן, און צו אים זאָלט איר שלאַכטן. 37און די חוקים און די געזעצן, און די תּורה און דאָס געבאָט, װאָס ער האָט פֿאַר אײַך געשריבן, זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע טאָג; און איר זאָלט נישט פֿאָרכטן פֿרעמדע ג‑טער. 38און דעם ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אײַך, זאָלט איר נישט פֿאַרגעסן; און איר זאָלט נישט פֿאָרכטן פֿרעמדע ג‑טער. 39נײַערט ה׳ אלוקיכם זאָלט איר פֿאָרכטן, און ער װעט אײַך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון אַלע אײַערע פֿײַנט. 40אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט, נײַערט זײ טוען אַזױ װי זײער פֿריִערדיקער שטײגער.

41און די דאָזיקע פֿעלקער פֿלעגן פֿאָרכטן ה׳, אָבער זײערע געצן פֿלעגן זײ דינען; דעס גלײַכן זײערע קינדער און זײערע קינדס-קינדער – אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געטאָן, אַזױ טוען זײ ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Kings 162 Kings 18 ►