AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Kings 16
◄ 2 Kings 15
2 Kings 16
מְלָכִים ב 16
2 Kings 17 ►

1אין זיבעצנטן יאָר פֿון פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, איז אָחָז דער זון פֿון יוֹתָם דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. 2צװאַנציק יאָר איז אָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און ער האָט נישט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ זײַן ג-ט, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד. 3נײַערט ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און ער האָט אױך געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער,[1] אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם.

5דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען רצין דער מלך פֿון אַרָם, און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון, דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, קײן ירושָלַיִם אױף מלחמה; און זײ האָבן געלעגערט אױף אָחָזן, און נישט געקענט בײַקומען.

6אין יענער צײַט האָט רצין דער מלך פֿון אַרָם צוריקגעקערט אֵילַת צו אַרָם, און האָט אַרױסגעװאָרפֿן די מענער פֿון יהוּדה {יְהוּדִים} פֿון אֵילַת. און די אַדוֹמים זײַנען געקומען קײן אֵילַת, און זײַנען דאָרטן געבליבן זיצן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

7און אָחָז האָט געשיקט שלוחים צו תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דעם מלך פֿון אשור, אַזױ צו זאָגן: דײַן קנעכט און דײַן זון בין איך; קום אַרױף און העלף מיר פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אַרָם, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף מיר.

8און אָחָז האָט גענומען דאָס זילבער און דאָס גאָלד װאָס האָט זיך געפֿונען אין ה׳ס הױז און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז, און האָט געשיקט צום מלך פֿון אשור שוחד. 9און דער מלך פֿון אשור האָט צוגעהערט צו אים, און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דַמֶשֶׂק, און האָט זי אײַנגענומען, און האָט פֿאַרטריבן אירע באַװױנער קײן קיר, און רצינען האָט ער געטײט.

10און דער מלך אָחָז איז געגאַנגען קײן דַמֶשֶׂק אַנטקעגן תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דעם מלך פֿון אשור, און ער האָט געזען דעם מזבח װאָס אין דַמֶשֶׂק. און דער מלך אָחָז האָט געשיקט צו אוּרִיה דעם כּהן די געשטאַלט פֿון דעם מזבח און זײַן געבױ לױט זײַן גאַנצער אַרבעט. 11און אוּרִיה דער כּהן האָט אױפֿגעבױט דעם מזבח; אַזױ װי אַלץ װאָס דער מלך אָחָז האָט געשיקט פֿון דַמֶשֶׂק. אַזױ האָט אוּרִיה דער כּהן געמאַכט, אײדער דער מלך אָחָז איז געקומען פֿון דַמֶשֶׂק. 12און אַז דער מלך איז געקומען פֿון דַמֶשֶׂק, האָט דער מלך געזען דעם מזבח; און דער מלך האָט גענענט צום מזבח, און האָט אױפֿגעבראַכט אױף אים. 13און ער האָט געדעמפֿט זײַן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און זײַן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און געגאָסן זײַן גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}, און געשפּרענגט[2] דאָס בלוט פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, אױפֿן מזבח. 14און דעם קופּערנעם מזבח װאָס פֿאַר ג-ט האָט ער צוגערוקט פֿון פֿאַר דעם הױז, פֿון צװישן דעם מזבח און צװישן דעם הױז פֿון ה׳, און האָט אים אַװעקגעשטעלט בײַם זײַט פֿון דעם מזבח צו צפֿון.

15און דער מלך אָחָז האָט באַפֿױלן אוּרִיה דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: אױף דעם גרױסן מזבח דעמף דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון אין דער פֿרי, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿון אָװנט, און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון מלך און זײַן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד, און זײער שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} און זײערע גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}; און איטלעך בלוט פֿון בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און איטלעך בלוט פֿון שלאַכטאָפּפֿער זאָלסטו שפּרענגען[3] אױף אים. און װעגן דעם קופּערנעם מזבח װעל איך דאַרפֿן נאָכקוקן.

16און אוּרִיה דער כּהן האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דער מלך אָחָז האָט באַפֿױלן.

17און דער מלך אָחָז האָט אָפּגעהאַקט די ראַמען פֿון די געשטעלן, און האָט אָפּגעטאָן פֿון זײ דעם האַנטפֿאַס. און דעם ים האָט ער אַראָפּגענומען פֿון די קופּערנע רינדער װאָס אונטער אים, און האָט אים אַװעקגעשטעלט אױף אַ געפֿלאַסטער פֿון שטײנער. 18און דער איבערדעק פֿאַר שבת װאָס מע האָט אָנגעבױט אָן הױז, און דעם מלכס אײַנגאַנג דערױסן, האָט ער איבערגעשטעלט אין הױז פֿון ה׳ װעגן דעם מלך פֿון אשור.

19און די איבעריקע זאַכן פֿון אָחָזן װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.

20און אָחָז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון חִזקִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Kings 152 Kings 17 ►