AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Daniel 3
◄ Daniel 2
Daniel 3
דָניאֵל 3
Daniel 4 ►

1דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געמאַכט אַ געשטאַלט פֿון גאָלד, װאָס איר הײך איז געװען זעכציק אײַלן, איר ברײט זעקס אײַלן; ער האָט זי אױפֿגעשטעלט אין גלײַכן פּלאַץ דוראָ, אין דער מדינה פֿון בָבֿל. 2און דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט געשיקט אײַנזאַמלען די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו קומען צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 3דענצמאָל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, די ריכטער, די שאַצמײַנסטער, די ראַטגעבער, די אױפֿזעער, און אַלע געװעלטיקער פֿון דער מדינה, צו דער באַנײַונג פֿון דער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט; און זײ האָבן זיך געשטעלט אַקעגן דער געשטאַלט, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 4און אַ אױסרופֿער[1] האָט אױסגערופֿן אין דער הײך: אײַך באַפֿעלט מען, איר פֿעלקער, אומות און לשוֹנות;[2] 5בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט. 6און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, װעט אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 7דעריבער, אין יענער צײַט, װי אַלע פֿעלקער האָבן דערהערט דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, אַזױ זײַנען אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, אַנידערגעפֿאַלן און האָבן זיך געבוקט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס דער מלך נבֿוכַדנֶצַר האָט אױפֿגעשטעלט.

8דעריבער האָבן אין יענער צײַט גענענט מענער, כַּשׂדים, און האָבן געמַסרט אױף די ייִדן. 9זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן און געזאָגט צו דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר: אײביק לעבן זאָל דער מלך! 10דו, מלך, האָסט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז יעטװעדער מענטש װאָס װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָל אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער גילדערנער געשטאַלט; 11און װער עס װעט נישט אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן, זאָל אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 12זײַנען פֿאַראַן ייִדישע מענער װאָס דו האָסט אַרױפֿגעזעצט אױף דער פֿירונג פֿון דער מדינה פֿון בָבֿל, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ; די דאָזיקע מענער לײגן נישט אַכט אױף דיר, מלך, צו דײַן ג-ט {אלֹקיך} דינען {פּלח}[3] זײ נישט, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, בוקן זײ זיך נישט.

13דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר מיט כּעס און גרימצאָרן באַפֿױלן צו ברענגען שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן. זײַנען די דאָזיקע מענער דענצמאָל געבראַכט געװאָרן פֿאַרן מלך. 14האָט זיך אָפּגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט צו זײ: איז דאָס בכּיװן, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, װאָס איר דינט {פּלח}[4] נישט צו מײַן ג-ט {אלֹקי}, און איר בוקט זיך נישט צו דער גילדערנער געשטאַלט, װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט? 15אַצונד, אױב איר זײַט גרײט, אַז בעת איר װעט הערן דעם קֹול פֿון דעם האָרן, פֿלײַט, גיטאַר, פֿירסטרונע, האַרף, און פֿײַפֿזאַק, און אַלערלײ כּלֵי-זֶמֶר, זאָלט איר אַנידערפֿאַלן און זיך בוקן צו דער געשטאַלט, װאָס איך האָב געמאַכט – אױב אָבער איר װעט זיך נישט בוקן, װעט איר אין דער אײגענער שעה אַרײַנגעװאָרפֿן װערן אין אַן אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; און װער איז דער ג-ט {הָאֵל}, װאָס װעט אײַך מציל זײַן פֿון מײַן האַנט?

16האָבן געענטפֿערט שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, און האָבן געזאָגט צום מלך: נבֿוכַדנֶצַר, אונדז פֿעלט נישט אױף דעם דאָזיקן באַפֿעל דיר צו ענטפֿערן. 17אױב אלוקינו צו װעמען מיר דינען {פּלח}[5], קען אונדז מציל זײַן, װעט ער פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער, און פֿון דײַן האַנט, מלך, מציל זײַן. 18און אַפֿילו אַז נישט, זײ װיסן, מלך, אַז צו דײַן ג-ט {אלֹקיך} װעלן מיר נישט דינען {פּלח}[6], און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, װעלן מיר זיך נישט בוקן.

19דענצמאָל איז נבֿוכַדנֶצַר אָנגעפֿילט געװאָרן מיט גרימצאָרן, און דער אָנבליק פֿון זײַן פּנים האָט זיך געביטן אַקעגן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן; האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט באַפֿױלן אָנצוהײצן דעם אױװן זיבן מאָל אַזױ פֿיל װי מע דאַרף אים אָנהײצן. 20און עטלעכע שטאַרקע גיבוֹרים װאָס אין זײַן חיל האָט ער באַפֿױלן צו בינדן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, און אַרײַנצוּװאַרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 21דענצמאָל זײַנען די דאָזיקע מענער געבונדן געװאָרן אין זײערע הױזן, זײערע העמדער, און זײערע מאַנטלען, און זײערע אַנדערע מלבושים, און מע האָט זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער. 22דעריבער, װײַל דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטרענג, און דער אױװן איז געװען שטאַרק אָנגעהײצט, האָט די פֿלאַם פֿון דעם פֿײַער געטײט יענע מענער װאָס האָבן אַרױפֿגעבראַכט שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן. 23און די דאָזיקע דרײַ מענער, שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן געבונדענערהײט אין דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער.

24דענצמאָל האָט דער מלך נבֿוכַדנֶצַר זיך דערשראָקן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען אױף גיך, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײַנע מיניסטאָרן, און האָט געזאָגט: האָבן מיר נישט דרײַ מענער אַרײַנגעװאָרן געבונדענערהײט אין פֿײַער? האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט צום מלך: געװיס, מלך. 25האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אָט זע איך פֿיר מענער לױזע אַרומגײן אין מיטן פֿײַער, און קײן שעדיקונג איז אױף זײ נישטאָ; און דער אָנבליק פֿון דעם פֿירטן איז געגליכן צו דער זון פֿון אלֹקים.[7]

26דענצמאָל האָט נבֿוכַדנֶצַר גענענט צו דער טיר פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער; ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, קנעכט פֿון ג-ט דער אױבערשטער (עליון), גײט אַרױס, און קומט אַהער. דענצמאָל זײַנען שַדרַך, מֵישַך, און עַבֿד-נגוֹ, אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿײַער. 27און די סאַטראַפּן, די הערשער, און די פֿירשטן, און די מיניסטאָרן פֿון דעם מלך, האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן באַקוקט די דאָזיקע מענער, װאָס דאָס פֿײַער האָט נישט געהאַט קײן שליטה אױף זײערע לײַבער, און די האָר פֿון זײער קאָפּ איז נישט אָנגעברענט געװאָרן, און זײערע הױזן האָבן זיך נישט פֿאַרענדערט, און קײן ריח פֿון פֿײַער איז נישט אַריבער אױף זײ. 28האָט אױסגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט: געלױבט איז אלוקי שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, װאָס ער האָט געשיקט זײַן מלאך, און האָט מציל געװען זײַנע קנעכט װאָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף אים, און האָבן געטאָן אַנדערש װי דעם מלכס װאָרט, און אָפּגעגעבן זײערע לײַבער, כּדי זײ זאָלן נישט דינען {פּלח}[8] און זיך נישט בוקן צו קײן ג-ט אַחוץ צו זײער ג-ט {אֱלֹקיהֶם}.[9] 29פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל אַז יעטװעדער פֿאָלק, אומה, און לשון, װאָס װעט רעדן מיט אומכּבֿוד אױף דעם ג-ט פֿון שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, זאָל אין שטיקער צעריסן װערן, און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן; װאָרעם עס איז נישטאָ קײן אַנדער ג-ט װאָס קען אַזױ מציל זײַן.

30דענצמאָל האָט דער מלך דערהױבן שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, אין דער מדינה פֿון בָבֿל.

31 דער מלך נבֿוכַדנֶצַר צו אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, װאָס װױנען אױף דער גאַנצער ערד: אײַער פֿריד זאָל זיך מערן! 32 די צײכנס און די װוּנדער װאָס דער אױבערשטער (העכסטער ג-ט) האָט מיט מיר געטאָן, איז װױלגעפֿעלן פֿאַר מיר צו לאָזן װיסן.

33 זײַנע צײכנס, װי גרױס!
און זײַנע װוּנדער, װי שטאַרק!
זײַן מלוכה איז אַן אײביקע מלוכה,
און זײַן געװעלטיקײט איז פֿון דור צו דור.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 12 →

1און ארום יענער צייט האט דער קעניג הורדוס אויסגעשטרעקט די הענט צו פייניקן אייניקע פון דער קהלה. 2און האט געטייט יעקבן, יוחננס ברודער, מיט דער שווערד. 3און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות. 4און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק. 5פעטרוס איז דעריבער באוואכט געווארן אין דעם געפענקעניש, און די קהלה האט זייער ערנסט מתפלל געווען פאר אים צו ה׳. 6און ווען הורדוס האט אים שוין געזאלט ארויספירן, איז פעטרוס יענע נאכט געשלאפן צווישן צוויי זעלנער, מיט צוויי קייטן געבונדן; און לייט אויף דער וואך ביי דער טיר האבן געהיטן די תפיסה. 7און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט. 8און דער מלאך האט צו אים געזאגט: גארטל דיך אונטער און טו אָן דיינע שיך. און ער האט אזוי געטאן. און ער האט צו אים געזאגט: היל דיך איין אין דיין מלבוש און פאלג מיר נאך. 9און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון. 10און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די ערשטע וואך און די צווייטע, זענען זיי געקומען צו דעם אייזערנעם טויער, וואס פירט אין דער שטאט אריין; פון זיך אליין האט עס זיך אויפגעמאכט פאר זיי; און זיי זענען ארויסגעגאנגען אינדרויסן און זענען דורכגעגאנגען איין גאס; און פלוצלונג האט זיך דער מלאך אפגעשיידט פון אים. 11און קומענדיק צו זיך, האט פעטרוס געזאגט: איצט ווייס איך באמת, אז דער האר האט ארויסגעשיקט זיין מלאך און מיך מציל געווען פון דער האנט פון הורדוס און דעם גאנצן פלאן פון יידישן פאלק. 12און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן. 13און ווען ער האט אנגעקלאפט אין דער טיר פונם טויער, איז א דינסטמיידל—זי האט געהייסן ראדא—ארויסגעקומען הערן. 14און דערקענענדיק פעטרוסנס קול, האט זי אויס פרייד אים נישט אויפגעמאכט דאס טויער, נאר איז אריינגעלאפן און האט דערציילט, אז פעטרוס שטייט ביים טויער. 15זיי אבער האבן צו איר געזאגט: דו ביסט משוגע. און זי האט זיך געהאלטן ביי אירס, אז עס איז אזוי (ווי זי האט געזאגט). האבן זיי געזאגט: עס איז זיין מלאך. 16פעטרוס אבער האט געהאלטן אין איין קלאפן, און ווען זיי האבן אויפגעעפנט און אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן. 17און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט. 18ווען אבער עס איז געווארן טאג, איז געווארן נישט קיין קליינע בהלה צווישן די זעלנער, וואס האט עס געקענט געשען מיט פעטרוסן? 19הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.

20און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד. 21און אין א פעסטגעזעצטן טאג האט הורדוס, געקליידט אין קעניגלעכע מלבושים, זיך אנידערגעזעצט אויפן טראן און געהאלטן א רעדע פאר זיי. 22און דאס פאלק האט געשריגן: עס איז דאס קול פון א ג-ט און נישט פון קיין מענטשן! 23און פלוצלונג האט א מלאך פון דעם האר אים א שלאג געטאן, דערפאר וואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד צו ה׳; און ווערנדיק אויפגעפרעסן פון ווערעם, איז ער אויסגעגאנגען.

24ה׳ס ווארט אבער איז געוואקסן און זיך פארמערט. 25און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Daniel 2Daniel 4 ►