1און אין צװײטן יאָר פֿון נבֿוכַדנֶצַרס מלוכה האָבן זיך נבֿוכַדנֶצַרן געחלומט חלומות, און זײַן גײַסט איז געװען צערודערט, און זײַן שלאָף איז אים צעבראָכן געװאָרן. 2האָט דער מלך געהײסן רופֿן די חַרטומים, און די צױבערשפּרעכער, און די מכשפֿים, און די כַּשׂדים, כּדי זײ זאָלן זאָגן דעם מלך זײַנע חלומות; און זײ זײַנען געקומען, און האָבן זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. 3האָט דער מלך צו זײ געזאָגט: מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום, און מײַן גײַסט איז צערודערט, צו װיסן דעם חלום. 4האָבן די כַּשׂדים גערעדט צו דעם מלך אין אַראַמיש: אײביק לעבן זאָל דער מלך! דערצײל דעם חלום צו דײַנע קנעכט, און מיר װעלן זאָגן דעם פּיתרון. 5האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט צו די כַּשׂדים: די זאַך איז בײַ מיר פֿעסט: אױב איר מאַכט מיך נישט װיסן דעם חלום און זײַן פּיתרון, װעט איר אין שטיקער צעהאַקט װערן, און אײַערע הײַזער װעלן געמאַכט װערן פֿאַר מיסטהױפֿנס. 6אױב אָבער איר װעט זאָגן דעם חלום און זײַן פּיתרון, װעט איר קריגן פֿון מיר מתָּנות און באַלױנונגען און גרױס כּבֿוד; נאָר זאָגט מיר דעם חלום און זײַן פּיתרון. 7האָבן זײ געענטפֿערט אַ צװײט מאָל, און געזאָגט: זאָל דער מלך דערצײלן דעם חלום צו זײַנע קנעכט, און מיר װעלן זאָגן דעם פּיתרון. 8האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און האָט געזאָגט: געװיס פֿאַרשטײ איך אַז איר װילט געװינען צײַט, װײַל איר זעט אַז די זאַך איז בײַ מיר פֿעסט, 9אַז אױב איר מאַכט מיך נישט װיסן דעם חלום, איז בלױז אײן משפּט פֿאַר אײַך; װאָרעם איר האָט אָפּגעמאַכט צו זאָגן פֿאַר מיר ליגן און באַטרוג, ביז די צײַט װעט זיך ענדערן. דערום זאָגט מיר דעם חלום, און איך װעל װיסן אַז איר קענט מיר באַשײדן זײַן פּיתרון. 10האָבן די כַּשׂדים געענטפֿערט פֿאַרן מלך און געזאָגט: נישטאָ אַ מענטש אױף דער ערד װאָס קען זאָגן די זאַך פֿון דעם מלך; װאָרעם קײן גרױסער און מאַכטיקער מלך האָט נישט פֿאַרלאַנגט אַזאַ זאַך פֿון קײן חַרטום, אָדער צױבערשפּרעכער, אָדער כַּשׂדי. 11און די זאַך װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט איז שװער, און קײן אַנדערער װאָס קען דאָס זאָגן פֿאַר דעם מלך איז נישטאָ, אַחוץ די אלֹקים װאָס װױנונג איז נישט מיט באַשעפֿענישן פֿון פֿלײש.
12איבער דעם איז דער מלך אין כּעס געװאָרן, און ער האָט שטאַרק געצערנט, און האָט באַפֿױלן אומצוברענגען אַלע חכמים פֿון בָבֿל. 13און דער באַפֿעל איז אַרױס, און די חכמים האָבן געזאָלט געטײט װערן, און מע האָט געזוכט דָניאֵלן און זײַנע חבֿרים זײ צו טײטן. 14דענצמאָל האָט דָניאֵל געענטפֿערט מיט קלוגשאַפֿט און שׂכל אַריוֹך דעם אײבערלײַבװעכטער פֿון דעם מלך, װאָס איז אַרױסגעגאַנגען טײטן די חכמים פֿון בָבֿל. 15ער האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו אַריוֹך דעם הױפּטמאַן פֿון דעם מלך: פֿאַר װאָס איז דער באַפֿעל אַזױ שטרענג פֿון פֿאַר דעם מלך? דענצמאָל האָט אַריוֹך געמאַכט װיסן דָניאֵלן די זאַך. 16איז דָניאֵל אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געבעטן בײַם מלך, אַז ער זאָל אים געבן צײַט, כּדי צו זאָגן דעם מלך דעם פּיתרון.
17דענצמאָל איז דָניאֵל אַװעקגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט געמאַכט װיסן די זאַך צו זײַנע חבֿרים, חַנַניָהן, מישָאֵלן, און עַזַריָהן. 18כּדי זײ זאָלן בעטן רַחמים בײַ ג-ט פֿון הימל װעגן דעם דאָזיקן סָוד, אַז דָניאֵל און זײַנע חבֿרים זאָלן נישט אומגעבראַכט װערן מיט די איבעריקע חכמים פֿון בָבֿל. 19דענצמאָל איז דער סָוד אַנטפּלעקט געװאָרן דָניאֵלן אין אַ זעונג פֿון דער נאַכט. האָט דענצמאָל דָניאֵל געלױבט ג-ט פֿון הימל. 20דָניאֵל האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
24פֿון װעגן דעם איז דָניאֵל אַרױפֿגעגאַנגען צו אַריוֹכן, װעמען דער מלך האָט געשטעלט אומצוברענגען די חכמים פֿון בָבֿל; ער איז געקומען און האָט צו אים אַזױ געזאָגט: זאָלסט נישט אומברענגען די חכמים פֿון בָבֿל; פֿיר מיך אַרױף פֿאַר דעם מלך, און איך װעל זאָגן דעם מלך דעם פּיתרון.
25דענצמאָל האָט אַריוֹך אַרױפֿגעפֿירט דָניאֵלן אױף גיך פֿאַרן מלך, און האָט צו אים אַזױ געזאָגט: איך האָב געפֿונען אַ מאַן פֿון די גלות-קינדער פֿון יהוּדה, װאָס װעט דעם מלך מאַכן װיסן דעם פּיתרון. 26האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן װאָס זײַן נאָמען איז געװען בלטשאַצַר: קענסטו מיך מאַכן װיסן דעם חלום װאָס איך האָב געזען, און זײַן פּיתרון? 27האָט געענטפֿערט דָניאֵל פֿאַר דעם מלך, און האָט געזאָגט: דעם סָוד װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט קענען קײן חכמים, צױבערשפּרעכער, חַרטומים, שטערנזעער, דעם מלך נישט זאָגן. 28אָבער פֿאַראַן אַ ג-ט אין הימל װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות, און ער האָט געלאָזט װיסן דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר װאָס װעט געשען אין די לעצטע טעג. דײַן חלום, און די זעונגען פֿון דײַן קאָפּ אױף דײַן געלעגער, זײַנען אָט-װאָס: 29דיר, מלך, זײַנען אַרױפֿגעקומען רעיוֹנות אױף דײַן געלעגער, װאָס װעט געשען נאָך דעם, און דער װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות האָט דיך געלאָזט װיסן װאָס װעט געשען. 30און איך, נישט װײַל אין מיר איז דאָ מער חכמה פֿון אַלע לעבעדיקע, איז מיר דער דאָזיקער סָוד אַנטפּלעקט געװאָרן, נײַערט כּדי מע זאָל דעם פּיתרון מאַכן װיסן דעם מלך, און זאָלסט פֿאַרשטײן די רעיוֹנות פֿון דײַן האַרצן.
31דו, מלך, האָסט געזען, ערשט עס שטײט אַ געװאַלטיקע געשטאַלט. די דאָזיקע געשטאַלט איז געװען גרױס, און איר גלאַנץ איז געװען אױסנאַמיק; זי איז געשטאַנען פֿאַר דיר, און איר אָנבליק איז געװען מוֹראדיק. 32די דאָזיקע געשטאַלט, איר קאָפּ איז געװען פֿון טײַערן גאָלד, איר ברוסט און אירע אָרעמס פֿון זילבער, איר בױך און אירע לענדן פֿון קופּער, 33אירע שענקלען פֿון אײַזן, אירע פֿיס, טײל פֿון זײ פֿון אײַזן און טײל פֿון זײ פֿון לײם. 34האָסטו געקוקט ביז אַ שטײן האָט זיך אָפּגעריסן אָן עמיצנס האַנט, און האָט געשלאָגן די געשטאַלט אױף אירע פֿיס פֿון אײַזן און לײם, און האָט זײ צעשטױסן. 35דענצמאָל זײַנען צעשטױסן געװאָרן אין אײנעם דאָס אײַזן, די לײם, דאָס קופּער, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און זײ זײַנען געװאָרן אַזױ װי שפּרײ פֿון זומערשײַערן, און דער װינט האָט זײ אַװעקגעטראָגן, און קײן צײכן איז פֿון זײ נישט געפֿונען געװאָרן. און דער שטײן[1] װאָס האָט געשלאָגן די געשטאַלט איז געװאָרן אַ גרױסער באַרג, און האָט אָנגעפֿילט די גאַנצע ערד.
36דאָס איז דער חלום; און מיר װעלן זאָגן פֿאַר דעם מלך זײַן פּיתרון. 37דו, מלך, דער מלך פֿון מלכים, װאָס דער ג-ט פֿון די הימלען האָט דיר געגעבן מלוכה, רײַכטום, און שטאַרקײט, און כּבֿוד, 38און װוּ נאָר עס װױנען מענטשנקינדער, חיות פֿון פֿעלד, אָדער פֿױגלען פֿון הימל, האָט ער געגעבן אין דײַן האַנט, און דיך געמאַכט געװעלטיקן איבער זײ אַלעמען – דו ביסט דער קאָפּ פֿון גאָלד. 39און נאָך דיר[2] װעט אױפֿשטײן אַן אַנדער מלוכה,[3] נידעריקער פֿון דיר, און נאָך אַן אַנדערע אַ דריטע מלוכה,[4] פֿון קופּער, װאָס װעט געװעלטיקן איבער דער גאַנצער ערד. 40און אַ פֿירטע מלוכה[5] װעט זײַן שטאַרק אַזױ װי אײַזן; װאָרעם אײַזן צעשטױסט און צעהאַקט אַלצדינג, און אַזױ װי אײַזן װאָס צעברעכט, אַזױ װעט זי אַלע די דאָזיקע צעשטױסן און צעברעכן. 41און װאָס דו האָסט געזען די פֿיס און די פֿינגער, טײל פֿון זײ טעפּערלײם און טײל פֿון זײ אײַזן באַטײַט: עס װעט זײַן אַ געטײלטע מלוכה, און פֿון דער פֿעסטיקײט פֿון אײַזן װעט זײַן אין איר, אַזױ װי דו האָסט געזען אײַזן צונױפֿגעמישט מיט ערדלײם. 42און די פֿינגער פֿון די פֿיס, טײל פֿון זײ אײַזן און טײל פֿון זײ לײם באַטײטן: אַ טײל פֿון דער מלוכה װעט זײַן שטאַרק, און אַ טײל פֿון איר װעט זײַן צעבראָכן. 43און װאָס דו האָסט געזען אײַזן צונױפֿגעמישט מיט ערדלײם [באַטײט]: זײ װעלן זיך צונױפֿמישן דורך דעם זאָמען פֿון מענטשן, אָבער זײ װעלן זיך נישט באַהעפֿטן אײנס אָן אַנדערן, אָט אַזױ װי אײַזן מישט זיך נישט אױס מיט לײם. 44און אין די טעג פֿון די דאָזיקע מלכים װעט דער ג-ט פֿון די הימלען אױפֿשטעלן אַ מלוכה װאָס װעט אײביק נישט צעשטערט װערן,[6] און די מלוכה װעט נישט איבערגעלאָזן װערן צו קײן אַנדער פֿאָלק; זי װעט צעשטױסן און פֿאַרטיליקן אַלע די דאָזיקע מלוכות, און זי װעט באַשטײן אױף אײביק.[7] 45װעגן װאָס דו האָסט געזען װי פֿון באַרג האָט זיך אָפּגעריסן אַ שטײן אָן עמיצנס הענט, און האָט צעשטױסן דאָס אײַזן, דאָס קופּער, די לײם, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד – דאָס האָט דער גרױסער ג-ט געלאָזט װיסן דעם מלך װאָס נאָך דעם װעט געשען; און געװיס איז דער חלום, און אמת איז זײַן פּיתרון.[8]
46דענצמאָל איז דער מלך נבֿוכַדנֶצַר געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און ער האָט זיך געבוקט צו דָניאֵלן; און ער האָט באַפֿױלן צו ברענגען אַן אָפּפֿערגעשאַנק און שמעקעדיקע ריחות צו אים. 47דער מלך האָט זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן, און האָט געזאָגט: אמת אַז אלוקיכם איז אלוקי אלֹקים, און דער אֲדוֹן פֿון מלכים, און דער אַנטפּלעקער פֿון סוֹדות, אַז דו האָסט געקענט אַנטפּלעקן דעם דאָזיקן סָוד. 48דענצמאָל האָט דער מלך גרױס געמאַכט דָניאֵלן, און האָט אים געגעבן פֿיל גרױסע מתָּנות, און אים געמאַכט פֿאַר געװעלטיקער איבער דער גאַנצער מדינה פֿון בָבֿל, און פֿאַר דעם הױפּטפֿאָרשטײער איבער אַלע חכמים פֿון בָבֿל. 49און דָניאֵל האָט געבעטן בײַם מלך, און ער האָט אױפֿגעזעצט שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, אױף דער פֿירונג פֿון דער מדינה פֿון בָבֿל; און דָניאֵל איז געװען אין טױער פֿון מלך.