AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 12
◄ Job 11
Job 12
אִיובֿ 12
Job 13 ►
1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2אמת יאָ, איר זײַט די לײַט,
און מיט אײַך װעט אָפּשטאַרבן די חכמה!
3איך האָב אױך פֿאַרשטאַנדיקײט אַזױ װי איר,
איך פֿאַל נישט אַראָפּ קעגן אײַך;
און װער װײס נישט אַזעלכע זאַכן װי די דאָזיקע?
4אַ געלעכטער בײַם חבֿר בין איך געװאָרן –
דער װאָס האָט גערופֿן צו אֱלוֹהַּ, און ער האָט אים געענטפֿערט;
אַ געלעכטער – דער גערעכטער, דער פֿרומער.
5דעם אומגליקלעכן קומט פֿאַראַכטונג,
װעדליק די געדאַנקען פֿון דעם גליקלעכן,
אַ שטױס – די װאָס זײער פֿוס גליטשט זיך אױס.
6בשלװה זײַנען די געצעלטן פֿון די רױבער,
און אין זיכערקײט די װאָס דערצערענען אֵל,
דער װאָס ברענגט זײַן אֱלוֹהַּ אין זײַן פֿױסט.
7אָבער פֿרעג אַקאָרשט די בהמות, און זײ װעלן דיך לערנען,
און דעם פֿױגל פֿון הימל, און ער װעט דיר זאָגן;
8אָדער רעד צו דער ערד, און זי װעט דיך לערנען,
און דיר װעלן דערצײלן די פֿישן פֿון ים.
9װער צװישן אַלע דאָזיקע װײס נישט,
אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געמאַכט?
10אַז אין זײַן האַנט איז די זעל פֿון יעטװעדער לעבעדיקן,
און דער גײַסט פֿון יעטװעדער מענטשנס לײַב.
11דאַרף נישט דאָס אױער פּרוּװן װערטער,
אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט זײַן שפּײַז?
12איז בײַ גרײַזן די חכמה,
און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט? –
13בײַ אים איז חכמה און גבֿורה,
ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט.
14זע, ער צעשטערט, און עס װערט נישט אָפּגעבױט,
ער פֿאַרשליסט אַ מענטשן, און עס װערט נישט געעפֿנט.
15זע, ער פֿאַרהאַלט װאַסערן, און זײ װערן אױסגעטריקנט,
און ער שיקט זײ אַרױס, און זײ קערן איבער די ערד.
16בײַ אים איז מאַכט און קלוגשאַפֿט,
זײַנער איז אי דער פֿאַרפֿירטער אי דער פֿאַרפֿירער.
17ער מאַכט אומגײן די יוֹעצים באַנומענע,
און די ריכטער באַנאַרישט ער.
18די מוסר[1] פֿון די מלכים מאַכט ער לױז,
און אױף זײערע לענדן בינדט ער אַ שטריקגאַרטל.
19ער מאַכט אומגײן די כּהנים באַנומענע,
און די מאַכטיקע פֿאַרדרײט ער.
20ער נעמט אָפּ דעם לשון בײַ די באַרעדעװדיקע,
און דעם שׂכל פֿון די זקנים נעמט ער אַװעק.
21ער גיסט פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן,
און דעם אָנגורט פֿון די שטאַרקע מאַכט ער לױז.
22ער אַנטפּלעקט טיפֿענישן פֿון דער פֿינצטער,
און ברענגט אַרױס אין ליכט דעם שאָטן פֿון טױט.
23ער דערהײכט די פֿעלקער, און ברענגט זײ אונטער,
ער שפּרײט אױס די פֿעלקער, און פֿירט זײ אַװעק.
24ער טוט אָפּ דעם שׂכל פֿון די הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד,
און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטעניש אָן אַ װעג.
25זײ טאַפּן אין חושך אָן ליכט,
און ער מאַכט זײ װאַקלען װי אַ שיכּער.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 17 →

1און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול. 2און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש), 3אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח. 4און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע. 5די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק. 6און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען; 7וועמען יאזאן האט אויפגענומען; און זיי אלע האנדלען קעגן דעם קיסרס געזעצן, זאגנדיק, אז עס איז פאראן אן אנדערער קעניג, יהושע/ישוע. 8און האבן צארנדיק געמאכט דעם המון און די שטאט מנהיגים, ווען זיי האבן דאס געהערט. 9און באקומענדיק א פארזיכערונג פון יאזאנען און פון די איבריקע, האבן זיי זיי אפגעלאזט.

10און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין. 11און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי. 12דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער. 13נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן. 14און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן. 15און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען.

16און בשעת פוילוס האט געווארט אויף זיי אין אטען, האט זיך זיין גייסט פארביטערט אין אים, זעענדיק ווי די שטאט איז פול מיט אפג‑טער. 17דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן. 18און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים. 19און האבן אים גענומען און אוועקגעפירט צום ארעאפאגוס, און געזאגט: צי קענען מיר וויסן, וואס פאר א נייע לערנונג עס איז די דאזיקע, פון וועלכער דו רעדסט? 20ווארום דו ברענגסט עפעס פרעמדע זאכן צו אונדזערע אויערן; מיר ווילן דעריבער וויסן, וואס דאס זאל זיין. 21און אלע אטענער און די פרעמדע, וואס האבן דארטן געוואוינט, פלעגן פארברענגען די צייט נישט מיט קיין שום אנדערס ווי אדער מיט זאגן אדער מיט הערן עפעס נייעס. 22און פוילוס האט זיך אנידערגעשטעלט אין דער מיט פונם ארעאפאגוס און געזאגט:

מענער פון אטען, פון אלעם זע איך ווי איר זענט פול מיט רעליגיע. 23ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן. 24דער ג‑ט, וועלכער האט באשאפן די וועלט און אלץ, וואס איז אין איר, ער, וואס איז האר פון הימל און ערד, וואוינט נישט אין טעמפלען האנטגעמאכטע; 25ער ווערט אויך נישט באדינט פון מענטשלעכע הענט, פונקט ווי ער וואלט עפעס געדארפט, ווארום ער גיט אלעמען לעבן און אטעם און אלץ; 26און האט פון איין בלוט געמאכט אלע מענטשלעכע פעלקער, צו וואוינען אויף דער גאנצער אייבערפלאך פון דער ערד, באשטימענדיק פעסטגעזעצטע צייטן און די גרענעצן פון זייער וואוינונג; 27כדי זיי זאלן זוכן ג‑ט, אפשר וועלן זיי אים דערפילן און געפינען, הגם ער איז נישט ווייט פון יעדן איינעם פון אונדז; 28ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר. 29זייענדיק דעריבער פון ג‑טס אפשטאמונג, געשיקט עס זיך נישט (פאר אונדז) צו מיינען, אז די ג‑טהייט איז ענלעך צו גאלד אדער זילבער אדער שטיין, צו א בילד פון מענטשלעכער קונסט און דערפינדונג. 30און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן; 31ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.

32און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך. 33און אזוי איז פוילוס ארויסגעגאנגען פון זייער מיט. 34אייניקע מענער אבער האבן זיך באהאפטן צו אים, און געגלויבט, צווישן וועלכע (עס האבן זיך) אויך (געפונען) דיאניזיוס, דער ארעאפאגיטיקער, און א פרוי, מיטן נאמען דאמאריס, און אנדערע מיט זיי.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 11Job 13 ►